גרויסער עולם ביי רבישע חתונה בחצרות הקודש מאשאלו – קאלוב – פארשעי – מיקלייעוו
מיטוואך פרשת ויצא • ח' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק ג
פארגאנגענעם מיטוואך אוונט, פרשת תולדות, איז אפגעראכטן געווארן די גרויסארטיגע שמחת החתונה פון די יונגסטע טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ממאשאלו שליט"א, מיט החתן א זון פון הרה"ג רבי חנוך דוב שנעבאלג שליט"א, אבד"ק באר מים חיים מאנסי, זון פון הגה"צ אבד"ק מיקילייעוו שליט"א, וחתן כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א.
אין די פארמיטאג שעה'ן פון יום החופה איז פארגעקומען די שמחת פדיון הבן פון אן אייניקל ביים מאשאלו'ער רבי'ן, א זון ביי חתנו הרה"ג רבי מנחם ישראל מייזליש שליט"א, זון פון הרה"צ רבי ישכר בער שליט"א, מנהל תלמוד תורה לעלוב. אלס כהן הפודה איז מכובד געווארן הגה"צ אבד"ק דזיבוי שליט"א. נאכן סעודת מצוה און די ווארעמע ניגונים האט דער רבי אויפגענומען די חסידים מיט קוויטלעך.
שפעטער ביינאכט איז די חתונה פארגעקומען אין די הייטנער זאלן, וואו עס האט זיך אנגעזען א ריזיגער ציבור חסידים ואנשי מעשה, צוזאמען מיט פילע אדמורי"ם ורבנים. דער זיידע מצד החתן, כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, איז מכובד געווארן מיט סידור קידושין, דער פעטער מצד הכלה, הגה"צ אבד"ק בני תורה צאנז שליט"א, מיט קריאת הכתובה, און מיט די ברכות זענען מכובד געווארן די חשוב'ע פעטער'ס און זיידעס פון ביידע צדדים.
ביי די שמחה האבן זיך משתתף געווען פילע אדמורי"ם ורבנים, צווישן זיי האדמו"רים מטשערנאביל, בית חיים יהושע, וויזניץ בארא פארק, קאסאן, סטאניסלאוו, טורנא, האראדענקא, מקאסאן לעיקוואוד, קאליש, מסוליצא, אונגוואר, קליוולאנד, אבד"ק דזיבוי, אבד"ק לימינוב, אב"ד נירבאטיר, אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג, צו דער זייט פון נאך פילע רבנים און חשוב'ע קרובי המשפחה.
א ספעציעלער מאמענט איז געווען ווען דער פעטער כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט זיך משתתף געווען ביי די ריקודין, און דער מאשאלו'ער רבי האט אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך האט דער רבי אליין געטאנצן מיט אים אין א פייערדיגן ריקוד.
איידער ברכת המזון איז אנגעקומען דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש, וועלכער האט זיך מטריח געווען בטלטולא דגברא רבה צו באשיינען די שמחה. ביים אריינקומען האט דער גאנצער ציבור זיך ארויסגעלאזט אין געהויבענע טענץ, און דער רבי האט געטאנצן מצוה טאנץ לפני הכלה און מיטן חתן, נאכגעפאלגט מיט א מחול לצדיקים.
נאך חצות הלילה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די געהויבענע מצוה טאנץ. צום ערשט איז אויפגערופן געווארן דער זיידע הרה"צ אבד"ק מיקילייעוו שליט"א, און דערנאך כ"ק אדמו"ר מפארשעי שליט"א, וועלכער האט אראפגעלייגט א געהויבענעם עבודה טאנצנדיג לפני הכלה.
דערנאך האט דער בדחנא דמלכא בנש"ק הרב יעקב משה מאסקאוויטש הי"ו אויפגערופן דעם מחותן האדמו"ר ממאשלאו צו די ריקודין לפני בתו הכלה.
מיט א געוואלדיגער התלהבות האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין די ריקודין של מצוה, און דערנאך מכבד געווען זיינע געשוויסטער, די קינדער פונעם טאטן כ"ק אדמו"ר ממאשאלו זצוק"ל, צווישן זיי אחיו הגה"צ אבד"ק קאלבאסאוו שליט"א, און זיינע חשוב'ע שוואגערס, כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, הגה"צ אבד"ק בני תורה צאנז שליט"א, און הגה"צ אבד"ק איהעל מאנסי שליט"א צו טאנצן מצוה טאנץ. דערנאך האבן געטאנצן די שוואגערס, בני וחתני כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א, און די משפחת המלוכה.
אין די שפעטע נאכט-שעה'ן האט מען ממשיך געווען מיט די ריקודין, צווישן זיי די מצוה טאנץ פונעם אבי החתן, אבד"ק באר מים חיים שליט"א, און צום שלוס די געהויבענע ריקודין פון חתן וכלה, ברן יחד כוכבי בוקר.

































































תגובות