top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שטאט וויליאמסבורג גרייט זיך צו ערשטמאליגן שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א

לפני 42 דקות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פרשת ויצא • ח' כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

תושבי וויליאמסבורג האבן מיט גרויס שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה, איבער דעם בעפארשטייענדן שבת וואס מען וועט האבן די זכי' מיטצולעבן בצל כ"ק אדמו"ר מסטיטשין שליט"א, וואס וועט קומענדיגן שב"ק פרשת ויצא פראווען אין שטאט לשמחת לב תושבי העיר.


דער ערשטמאליגער שבת רופט ארויס א ספעציעלער התרגשות ביים ציבור, ווען דער רבי שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתם פון די חסידים, און עס איז ערווארטעט א צוזאמפאר פון חסידים פון אלע מקומות, וועלכע וועלן אינאיינעם מיט די טויזנטער תושבי וויליאמסבורג זיך דערווארעמען ביי די תפילות און טישן מיט די נוסחאות און תנועות פון די צדיקי בית ראפשיץ, ראזוואדוב, און סטיטשין, וועמענס דרכים דער רבי שליט"א איז ממשיך בגאון ועוז.


אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע זאלן פון עידן פעלעס פאר די תפילות און עריכת השולחנות מיט גענוג פלאץ צו אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווערטעט דורכאויס שבת, און במשך די ארומיגע טעג בזמן שהצדיק בעיר וועט זיין א געלעגנהייט פאר תושבי וויליאמסבורג אריינצוגיין בקודש פנימה און נהנה זיין עצה ותושיע פונעם אורח הגדול.


צו דעם געלעגנהייט וועט דער רבי שליט"א אויפטרייבן סכומים אדירים לטובת דעם קרן הבנין פונעם נייעם סטיטשינער ביהמ"ד וואס מען גרייט זיך אויפצובויען אין שטאט בארא פארק, נאך א לענגערע תקופה וואס דער ביהמ"ד איז צר מהכיל דעם גרויסן ציבור חסידים און תושבי בארא פארק, און כסדר איז מען געצווינגען צו גיין גולה אחר גולה אויף פארשידענע געדינגענע מקומות, צו קענען נאכקומען דעם גרויסן פלייץ פון חסידים וואס קומען צו גיין פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די תפלות און טישן בצל הקודש.


מוצאי שבת וועט דער רבי שליט"א אפרעכטן א עלעגאנטע מלוה מלכה בבית הרבני הנגיד ר' שלמה פעדער הי"ו, פאר געלאדענטע פילאנטראפן און נדיבי עם קודש וואס וועלן נעמען א שותפות אין די מולטי מיליאן דאלער'דיגע פראיעקט להקים בית השם.

תגובות


bottom of page