אדמורי"ם-וויזיט אין ווייסן הויז צייכנט אפ היסטארישע געשעעניש אין מלכות של חסד אמעריקע | אויספירליכע דעקונג
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 9 דקות
דאנערשטאג פ' נצבים וילך • כ''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דער חרד'ישער אידנטום איבער דער גארער וועלט האט דראמאטיש נאכגעפאלגט די מלכות'דיגע אויפנאמע וואס איז היינט אפגעהאלטן געווארן אין ווייסן הויז, ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ יר"ה האט אין אן אויסערארדנטליכן שריט אויפגענומען ביי זיך אין פאלאץ א דעלעגאציע פון גדולי האדמורי"ם וראשי ישיבות פון אמעריקע, וועלכע האבן געהאט די מעגליכקייט צו ברענגען פאר'ן פרעזידענט די צרכי עמך ישראל מרובים, און צוגלייך באדאנקען דעם חסיד אומות העולם פאר זיינע זעלטענע לייסטונגען און טובות פאר'ן אידישן פאלק.
אנגעהויבן פון היינט דאנערשטאג אין די פארמיטאג שעה'ן האבן אנגעהויבן לאנדן אין וואשינגטאן הבירה די פריוואטע פליגערס פון די געלאדענטע אדמורי"ם ורבנים, צוערשט איז אנגעקומען הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד וועלכער איז אנגעקומען אין באגלייטונג פון עטליכע מקורבים.
אנקומענדיג צום ווייסן הויז איז דער ראש ישיבה אריינבאגלייט געווארן דורך הרה"ח ר' משה מארגארעטן הי"ו יו"ר פון די "צדק" ארגאניזאציע, וועלכער איז דארט געווען נאך פון פריער, זייענדיג אויף א מיטינג אין ווייסן הויז איבער פארשידענע וויכטיגע שתדלנות'ער לטובת אחב"י.
ר' משה האט אריינבאגלייט דעם ראש ישיבה אינעם "רוזוועלט" אויפנאם-צימער, וואס געפינט זיך אינעם מזרח פליגל פונעם ווייסן הויז, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע לענגערע זיצונג דורך די אדמורי"ם מיט די הויכראנגיגע באאמטע פונעם פרעזידענט'ס אדמיניסטראציע.
א קורצע צייט שפעטער זענען אנגעקומען די פליגערס פון די אדמורי"ם שליט"א, צוערשט דער פליגער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהרי"י און כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, א קורצע צייט שפעטער דער פליגער פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א, דער פליגער פון הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט"א בשליחות קדשו פון אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און נאך שפעטער דער פליגער פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס איז ארויסגעפארן שפעטער ווי געראכטן צוליב אן אומפארויסגעזעענע פארשפעטיגונג.
די אדמורי"ם זענען אנגעקומען אין באגלייטונג פון די קינדער, ארייננעמענדיג די פאלגנדע בני האדמורי"ם, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הגה"צ ר' חיים שלום האלבערשטאם שליט"א בנו הגדול פונעם האדמו"ר מבאבוב.
ווי אויך זענען די אדמורי"ם באגלייט געווארן דורך פראמינענטע עסקנים ואישי הציבור, וואס נעמט אריין די פאלגנדע עסקנים, הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן יו"ר 'יו דזשעי או', הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין אדמיניסטראטאר קרית יואל, הרה"ח ר' ישראל משה שפיטצער מעיאר שיכון סקווירא, הרה"ח ר' יואל ראזענפעלד מראשי עסקני ק"ק באבוב, העסקנים ר' יודא לייב זארגער עירמאנט ווילעדזש טראסטי, ר' יוסף געשטעטנער, און נאך.
ווי אויך זענען מיטגעקומען די משמשים בקודש פון די אדמורי"ם, וואס נעמט אריין הרה"ח ר' משה פריעדמאן, הרה"ח ר' חיים שלמה פישער, הרה"ח ר' חיים גאלדפינגער, און נאך א צאל מקורבים.
תיכף נאכ'ן דורכגיין די זיכערהייט-קאנטראל ביים ווייסן הויז, זענען די אדמורי"ם אריינבאגלייט געווארן אינעם רוזוועלט צימער, וואו עס איז תיכף אריין אין שוואונג א לענגערע זיצונג מיט די אנוועזנדע פאליטיקאנטן, צווישן זיי דער אידישער איידעם פון פרעזידענט טראמפ דזשערעד קושנער, קאנגרעסמאן דזשערי נאדלער, און דער דעפיוטי דירעקטאר פון דימעסטיק פאליסיס.
דעם פרעזידענט'ס איידעם קושנער האט זיך באריסט מט אלע אדמורי"ם, און דערמאנט פאר האדמו"ר מ'באבוב אז ער געדענקט ווי ער איז אמאל געווען ביי א מסיבה ביי אים אין שטוב.
די אדמורי"ם האבן אויפגעברענגט נאך א צאל קריטישע אישוס, און אינדערמיט איז ערשינען אין צימער דער צווייט העכסטער פירער אין לאנד, וויצע פרעזידענט ווענס, ער איז צוערשט ארום געבן די האנט און זיך באגריסן מיט די אדמורי"ם, און העסקן ר' יוסף געשטעטנער האט יעדן פארגעשטעלט פאר'ן וויצע פרעזידענט.
די אדמורי"ם האבן פארגעלייגט פארשידענע קריטישע ביטעס וואס איז נוגע די וואוילזיין פון אחב"י יושבי חושך וצלמות, האדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט אויפגעברענגט וועגן די נאכגעלאזטע צושטאנד פון "כשר עסן אין תפיסות", און הארציג געבעטן די באאמטע אז מ'זאל דאס זען צו פארבעסערן, ווייל עסן וואס איז נישט אין מויל צו נעמען הייסט נישט קיין עסן.
ר' גדלי' סעגעדין האט דערויף אנגעמערקט אז דאס איז א בודזשעט אישו, ווייל די פעדעראלע רעגירונג געט א באשטימטע בודזשעט פאר עסן אין תפיסות, דאס קען דעקן די טריפה'נע עסן, אבער כשר'ס וואס קאסט טייערער, פאדערט מער געלט אינעם בודזשעט, אבער ביים לעצטן באזוך פונעם תפיסה ווארדען אין קרית יואל, האט מען אים געצייגט א פלאן פון אפקאכן פאר אידן אין תפיסות אין די קרית יואל'ע קאמערציאלע קיכן, וועט דאס קאסטן אסאך ביליגער פאר די רעגירונג, און מ'האלט טאקע אינמיטן די פראצעדור אז די פעדעראלע טורמע דעפארטמענט זאל עס באשטעטיגן, און געבעטן דעם וויצע פרעזידענט מ'זאל זיין בייהילפיג צו דעם.
האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י האט אויפגעברענגט וועגן די שטארק געצוימטע פאליסיס בנוגע אהיימלאזן ארעסטאנטן אויף א קורצע צייט צו זייערע משפחות, וואס דערווייל לאזט מען ארויס נאר אויף 15 שעה, ס'איז ממש גארנישט, ווען מ'רעכנט צאם די וועגן בלייבט כמעט גארנישט איבער צו זיין אינדערהיים, ובפרט אז מ'שטייט יעצט פאר'ן צוויי-טאגיגן ראש השנה וואס דאס מיינט אז מ'וועט בכלל נישט קענען אהיימגיין אויב לאזט מען נאר 15 שעה.
דער וויצע פרעזידענט האט גענומען דאס ווארט און ארויסגעברענגט זיין באגייסטערונג פון די אידישע געמיינדע אין אמעריקע, און באזונדער ארויסגעהויבן מיט שעצונג דאס אז אידן ערציען גרויסע פאמיליעס, זאגנדיג אז ער זעלבסט האט אויך א גרעסערע פאמיליע, ער האט יעצט געהאט זיין פערטע קינד, ער האט בעבר אסאך געהאלפן אז מ'זאל קענען אויפשטעלן און ערציען גרויסע פאמיליעס, און ער וועט העלפן ווייטער אינעם עתיד.
העסקן ר' משה דוד נידערמאן האט בארירט איבער דיסקרימינאציע בנוגע האוזינג און סעקשאן 8 פאר גרויסע משפחות, און העסקן ר' יואל ראזענפעלד האט אויפגעברענגט איבער אן עסקנות מיסיע אין וואס ער איז שוין עוסק א לענגערע צייט, בנוגע אויסברייטערן א וויכטיגע הילף פראגראם פאר משפחות, וואס ענדיגט זיך נאכדעם וואס מ'האט דריי קינדער, זאגנדיג פאר'ן וויצע פרעזידענט וועלכער האט יעצט געהאט זיין פערטע קינד, אז אפשר יעצט איז די צייט אויסצוברייטערן דעם פראגראם.
דערנאך איז אויפגעברענגט געווארן פארשידענע אישוס בנוגע אידן אין תפיסות דורך הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, פון ר' יואל ראזענפעלד איבער די מאימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק, ר' ישראל משה שפיטצער איבער פדיון שבוים אנגעלעגנהייטן, און ר' גדלי' סעגעדין איבער'ן וואסער געברויך אין קרית יואל.
אין א ווערטלדיגע שטימונג האט דער וויצע פרעזידענט געפרעגט פארוואס די רביים זענען באקליידעט יעדער מיט אן אנדערע סארט מלבוש, אויף דעם ארויף האט ר' גדלי' סעגעדין דאס שיין ערקלערט, אז דאס איז געוואנדן אין די מקומות פון די רביים שטאמען, פוילן, אונגארן, גאליציע און די ליטע, און זיי גייען ווייטער ווי אזוי זייער עלטערן און זיידעס זענען געגאנגען אנגעטון.
די דיסקוסיע איז דאן פארוואנדלט געווארן איבער די נויט פון פארבעסערן די לאגע פון די קברי אבות אין אייראפע, ר' משה דוד נידערמאן האט דערמאנט עטליכע שטעט וואו עס פאדערט זיך די הילף פון די אמעריקאנע רעגירונג צו קענען אפראטעווען די בתי חיים.
הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט''א האט דערמאנט וועגן אן ענליכער פראבלעם אינעם בית החיים אין ווילנא, און העסקן ר' יואל ראזענפעלד האט גערעדט וועגן עטליכע בתי חיים אין פוילן וואס ווערן נישט באהאנדלט בכבוד.
דער וויצע פרעזידענט האט אויסגעהערט אלע בקשות און פארשפראכן צו טון דערין און ערלעדיגן די מאקסימום וואס מ'קען, און דערויף פארלאזט די צימער.
אזוי ווי ס'איז נאך געבליבן אביסל צייט ביז'ן באזוך ביים פרעזידענט אין אוועל אפיס, זענען די אדמורי"ם פארבליבן אויפ'ן פלאץ און ס'האט זיך אנטוויקלט א שיחות הוד וואו מ'האט ארומגעשמועסט סיפורי צדיקים ודברי תורה בעניני ימים נוראים, זייענדיג א מחזה הוד און ערשטמאליגע באגריף וואס עס קומט פאר אינעם ווייסן הויז.
ארום א דריי אזייגער האבן די אדמורי"ם פארלאזט די רוזוועלט-צימער, אריבערצוגיין צום פרעזידענט'ס אויפנאמען אין אוועל-אפיס.
צוערשט אריין צום פרעזידענט פריוואט האדמו"ר מסאטמאר מהר"א, אין באגלייטונג פון ר' גדלי' סעגעדין, וואו דער רבי האט פארגעלייגט פאר'ן פרעזידענט פריוואטע בקשות איבער פדיון שבוים און נאך ענינים העומדים על הפרק, ספעציפיש דער נושא פון די ביטערע גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל.
דער פריוואטער אוידענץ האט זיך פארצויגן אויף ארום 10 מינוט, און דערנאך זענען אריינגערופן געווארן אלע אדמורי"ם.
עס זענען אריינגעלאזט געווארן בלויז די אדמורי"ם און די ראשי העסקנים, ר' משה דוד נידערמאן, ר' גדלי' סעגעדין און ר' ישראל משה שפיטצער, בשעת די בני האדמורי"ם, משמשים בקודש און די איבריגע עסקנים זענען פארבליבן אינעם רוזוועלט-צימער, אבער מ'האט געלאזט אפן די טיר פונעם אוועל-אפיס, און היות די רוזוועלט-צימער געפינט זיך פונקט קעגן איבער די אוועל-אפיס, האט מען געקענט עטוואס מיטהאלטן פונדרויסן.
מיט'ן פאסיגן כבוד מלכות זענען די אדמורי"ם ערשינען לפני המלך, און האבן זיך געזעצט אויף די באשטימטע פלעצער אויף די רייע בענקלעך וואס איז געשטעלט געווארן אויסגע'שורה'ט לענגאויס די טיש פונעם פרעזידענט, ווען אויף זייט זיצט דער פרעזידענט, און אויף די אנדערע זייט אלע אדמורי"ם.
די אדמורי"ם זענען געזעצט געווארן אויפ'ן פאלגנדן סדר, פון רעכטס צו לינקס: הרה"צ ר' אהרן מענדל טווערסקי, כ"ק האדמו"ר מבאבוב, כ"ק האדמו"ר מסאטמאר מהר"א, כ"ק האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י, כ"ק האדמו"ר מוויזניץ מאנסי, און הגאון ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבה דלעיקוואד.
דער פרעזידענט האט מיט א קענטליכע התרגשות געהייסן מ'זאל תיכף ארויפרופן זיין אידישן איידעם דזשערעד קושנער, זאגנדיג: "ער מוז דא זיין ווען אזאלכע חשובע געסט זענען דא".
די אויפנאמע האט זיך אנגעהויבן מיט'ן ברכת "הנותן תשועה למלכים", וואס איז פארגעזאגט געווארן דורכ'ן עלטסטן פון אלע אדמורי"ם, האדמו"ר מסאטמאר, און דערנאך איז עס איבערטייטשט געווארן אויף ענגליש דורך מקורבו העסקן ר' גדלי' סעגעדין, בשעת אלע אדמורי"ם שטייען און האלטן מיט ערע און רעספעקט.
דער פרעזידענט האט ווערטלדיג געפרעגט זיין איידעם קושנער אויב ער האט פארשטאנען דעם נוסח אויף לשה"ק? האט ער געזאגט אז בערך האלב האט ער פארשטאנען...
דערנאך האט מען זיך אוועקגעזעצט, דער פרעזידענט האט באגריסט אלע חשוב'ע גאסט, און דער קאנגרעסמאן מייק לאולער וואס פארטרעט ראקלענד קאונטי האט באגריסט די חשוב'ע דעלעגאציע.
האדמו"ר מסאטמאר האט געזאגט אפאר ווערטער לכבודו פונעם פרעזידענט, און זיך באדאנקט פאר זיין פארארדענונג צוריק צו עפענען די בתי מדרשים און מוסדות ביי די קאוויד תקופה, און ממשיך געווען מיט אנדערע נושאים למען היהדות החרדית.
דאן האט גענומען דאס ווארט הרה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א וואס האט זיך אנטשולדיגט אז זיין פאטער האט זיך נישט געקענט באטייליגן, און ער האט געשיקט מיט אים א בריוו פאר'ן פרעזידענט, אזוי ווי ס'איז א לענגערע בריוו און ס'וועט נעמען צייט אויפצוליינען, געט ער דעם קאנווערט מיט'ן בריוו פאר'ן פרעזידענט.
דערנאך האט די אדמורי"ם ממשיך געווען דעם שמועס מיט'ן פרעזידענט איבער פארשידענע נושאים וואס איז נוגע דאס יהדות החרדית בארץ ובגולה.
האדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט פארבעטן דע ראש הישיבה הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט''א צו זאגן אפאר ווערטער, אבער דער ראש ישיבה האט ענדערש איבערגעגעבן א פריוואטן בריוו פארן פרעזידענט איבער פארשידענע ענינים.
אין א מערקווירדיגן שריט, האט דער פרעזידענט אינמיטן די אסיפה פלוצלינג געבעטן פון האדמו"ר מסאטמאר מהר"א זיין צעטיל, אויף וואס ס'איז געווען פארגעשריבן די פרטים וואס דער רבי האט אויסגעשמועסט פריער ווען ער איז געזעצן מיט'ן פרעזידענט פריוואט, דער רבי האט דאס געגעבן און דער פרעזידענט האט דאס אריינגעלייגט ביי זיך אין שופלאד.
האדמו"ר מסאטמאר מהרי"י האט פארגעלייגט פאר'ן פרעזידענט איבער'ן שווערן מצב פון אסירי ישראל, און באדאנקט פאר זיין הילף פאר קינדערלאזע פארפעלקער המצפים לישועה.
האדמו"ר מבאבוב האט אויך געהאט אנגעגרייט צו רעדן פארשידענע נושאים, ספעציעל איבער בתי חיים אין פוילן, און איבער די סיטואציע פון די מאימאנעדיס שפיטאל אין בארא פארק, אבער צוליב מאנגל אין צייט איז נישט אויסגעקומען צו רעדן.
דער פרעזידענט האט דערמאנט וועגן די באגנאדיגונג וואס ער האט געשאנקן פאר ר' שלום מרדכי רובאשקין מיט 8 יאר צוריק, זאגנדיג מיט איבערגענומענע באגייסטערונג אז ווען ער האט געשיקט גרויסע באמבעס אויף איראן האט מען נישט אזויפיל באדאנקט וויפיל די אידן האבן אים באדאנקט ווען ער האט ארויסגעלאזט רובאשקין.
ר' יואל ראזענפעלד האט איבערגעגעבן אז מ'האט ממש געטאנצן אין די גאסן ווען ס'איז געקומען די בשורה פון רובאשיקנ'ס באפרייאונג, און דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער האט געהאט אליינס גערופן דעם ריכטער וואס האט אים פאראורטיילט מיט אזא אומ'יושר'דיגע אורטייל פון 28 יאר, פארוואס קומט אים אזא טערמין? ער האט קלאר געזען אז ס'איז בלויז אנטיסמעטיזם, און וועגן דעם האט ער אים באפרייט.
ר' יואל ראזענפעלד האט אויסגענוצט דעם שעת הכושר און דערמאנט אז דער געריכט סיסטעם אין אמעריקע איז זייער אומגינסטיג גענויגט פאר פרומע אידן, ס'איז היינט צוטאגס כמעט נישט מעגליך פאר א פרומער איד צו ווערן ריינגעוואשן, און מ'מוז צוקומען צו א פלי דיעל, און די פראקורארן געבן איבערגעטריבענע גרויסע פלי דיעלס, און ס'איז זייער געוואונטשן דער פרעזידענט זאל איבערקוקן די קעסיעס פון פרומע אידן, וועט ער זיך אליינס איבערצייגן אז די הויכע טערמינען איז בלויז געטריבן פון אנטיסעמיטיזם. דער פרעזידענט האט צוגעשאקלט מיט'ן קאפ און אים געגעבן גערעכט.
אינמיטן די אוידענץ האט קאנגרעסמאן לאולער פארבעטן דעם פרעזידענט אויב מ'מעג אריינלאזן עטליכע עסקנים פונדרויסן, דער פרעזידענט האט געגעבן זיין ערלויבעניש, עס זענען אריינגעלאזט געווארן די עסקנים, ר' משה מארגארעטן, ר' יודא לייב זארגער, ר' יוסף געשטעטנער, און ר' ראפי זילבערבערג, דער געהילף פון לאולער.
מ'האט דאן געהערט די ווערטער פון העסקן ר' משה מארגארעטן וועלכער האט אויפגעטרעטן מיט דאנק ווערטער פאר'ן פרעזידענט און זיין אדמינסטראציע פאר די כסדר'דיגע אויף א צאל וויכטיגע פראנטן.
באזונדער האט ער באדאנקט דעם געטרייען קאנגרעסמאן מייק לאולער פון מאנסי, וועלכער האט אומגעהויער געלייסטעט צו ראטעווען דעם הילף פראגראם פאר ישיבות, דורכ'ן פאררעכטן א לשון אינעם געזעץ.
דער פרעזידענט האט געפרעגט די אדמורי"ם צי מ'שטיצט לאולער? אויף וואס די אדמורי"ם אונטער לאולער'ס דיסטריקט האבן געזאגט אז מ'שטיצט אים גאר שטארק, און דערביי עקסטער נאכאמאל באדאנקט פאר די פילע טובות וואס מ'געניסט פון אים.
די עסקנים האבן דערביי אנגעוויזן פאר'ן פרעזידענט אז ביי די לעצטע פרעזידענטליכע וואכן האט דער פרעזידענט באקומען 98 פראצענט שטימען אין קרית יואל, און 100 פראצענט שטימען אין שיכון סקווירא, און ענליך איז געווען ביי לאולער.
דער באזוך האט זיך פארצויגן פאר ארום א האלבע שעה. צום שלוס האט דער פרעזידענט ווארעם פארשפראכן צו שטיין צוהילף מיט וואס ער קען נאר, און די אדמורי"ם האבן אים איבערגעגעבן הארציגע וואונטשן פון נשיאות חן און ווייטערדיגע מזל און הצלחה אין זיין קאדענץ.
ביים זיך אויפשטעלן ארויסצוגיין האט דער ראש הישיבה הגאון ר' מלכיאל קאטלער שליט''א דערלאנגט פאר'ן פרעזידענט א בריוו וואו ער בעט די גענאדע פאר א היימישן איד וואס איז פארוויקלט אין לעגאלע פלאנטערס. דער ראש ישיבה האט פאר'ן אריינגיין צום פרעזידענט געבעטן אלע אדמורי"ם צו חתמ'נען, אויף וואס די אדמורי"ם האבן גע'חתמ'ט, און אצינד האט ער דערלאנגט דעם בריוו מיט אלע חתימות פאר'ן פרעזידענט.
ביים ארויסגיין האט דער פרעזידענט פארטיילט פרעזידענטליכע מטבעות פאר די אנוועזנדע גדולי ישראל און עסקנים.
די אדמורי"ם האבן זיך געוואונטשן צווישן זיך בברכת השנים א כתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים, און מ'האט פארלאזט דעם ווייסן הויז אויפ'ן וועגן צו די פליגערס וואס האבן זיך קורצליך דערויף געהויבן למעון קדשם.
מיט דעם האט זיך געשלאסן א היסטארישע קאפיטל אין די היסטאריע פון אידן אין אמעריקע, און אידישע קינדער בכל מקומות מושבותיהם זענען מתפלל אז די מסירת נפש'דיגע שתדלנות דורך די רועי ישראל ומנהיגי עדת ישורון זאל עושה רושם זיין לטובה, מלך מלכי המלכים ברחמיו יתן בלבם ובלב כל יועציהם ושריהם לעשות טובות עמנו ועם כל ישראל.









































תגובות