top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אלע דעטאלן ארום היסטארישע זיצונג דורך פירנדע אדמור"ים וראשי הישיבות ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ווייסן הויז

  • לפני 54 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' נצבים וילך • י"ח אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די טעג זענען אויסגעקלארט געווארן פרישע דעטאלן איבער דער היסטארישע איינלאדענונג וואס דאס ווייסע הויז האט געשיקט פאר א צאל גדולי האדמורי"ם ורבנים שליט"א אויף אן אודיענץ מיט פרעזידענט טראמפ יר"ה.


די זיצונג איז געפלאנט פארצוקומען די וואך דאנערשטאג נצבים-וילך אינעם אוועל אפיס. די איינלאדענונגען זענען געמאכט געווארן טעלעפאניש דורכ'ן ווייסן הויז אידישער ליעזאן מארטין מארקס, וועלכער ארבעט שוין לאנגע חדשים אויף די זיצונג.


לעת עתה האבן די פאלגנדע אדמור"ים באשטעטיגט זייער אנוועזנהייט ביי די זיצונג: כ"ק האדמור"ים מסאטמאר שליט"א, כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגאון הגדול רבי מלכאיל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, און הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א מסקווירא בשליחות אביו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


די אדמור"ים ורבנים וועלן אנקומען דאנערשטאג צופרי מיט פריוואטע פליגערס קיין וואשינגטאן, יעדער רבי וועט קומען באגלייט מיט א זון און א גבאי אדער עסקן. די דעלעגאציע וועט אנקומען צום ווייסן הויז בערך צוועלף דרייסיג נאכמיטאג, וואו מען וועט דורכגיין די נויטיגע אונטערזוכונגען בעפאר די זיצונג וואס איז געפלאנט אויף בערך איינס דרייסיג נאכמיטאג.


דורכאויס דעם באזוך וואס איז ערווארטעט צו געדויערן ארום א האלבע שעה וועלן די אנוועזנדע אדמור"ים אויסנוצן די געלעגנהייט צו אויסדרוקן הכרת הטוב פארן הויכגעשעצטן פרעזידענט פאר אלע טובות וואס די אידישע געמיינדע געניסט פון די טראמפ אדמיניסטראציע, און דערביי שתדלן פאר א צאל קריטיש וויכטיגע ענינים למען הכלל והפרט.


ווייסע הויז קוועלער זאגן אז די זיצונג איז טייל פון א ברייטערער אונטערנעמונג צו פארשטארקערן די קשרים מיט די אידישע געמיינדע, שטייענדיג בעפאר וויכטיגע מידטוירם וואלן.


דורכאויס די לעצטע צוויי טעג זענען פארגעקומען א צאל זיצונגען און באראטונגען צווישן די פירנדע עסקנים פון די אלע הויפן, אויסצוארבעטן די גענויע דעטאלן און טעמעס וואס וועלן ארויפגעברענגט ווערן על שולחן מלכים, צו ערמעגליכן אז די היסטארישע באגעגעניש זאל געקרוינט ווערן


בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז דעם זונטאג נאכט אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגע אסיפה, ביי וועלכן די ראשי העסקנים דק"ק באבוב האבן אונטערגעשטראכן די נחיצות פון דעם באגעגעניש און די תועלת וואס קען ארויסקומען דערפון.


ווי געזאגט וועט דער באבובער רב שליט"א זיין טייל פון די דעלעגאציע, און וועט דאנערשטאג צופרי אפרייזן קיין וואשינגטאן אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י), מיטן פריוואטער פליגער פון הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו.


נעכטן זונטאג אויפדערנאכט איז הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד אנגעקומען אויף א פריוואטער באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, באגלייט דורך הגאון רבי אברהם בראמבערג שליט"א ראש ישיבת בית התלמוד אין לעיקוואד אנבאלאנגט א וויכטיגע פדיון שבויים צוועק וואס איז נוגע דעם זיצונג ביים פרעזידענט.


ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז ווי באריכטעט אפגעהאלטן געווארן א וויכטיגע אסיפה דורך טשאפלעינ'ס פון פעדעראלע אמעריקאנע תפיסות און באזונדער קומען פאר באראטונגען במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין קרית יואל, דורך פראמינענטע עסקנים און כלל טוער, אינצווישן זיי איז געווען הרה''ג רבי יעקב שפירא שליט"א רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא, וועלכער האט אפגעהאלטן א לענגערע זיצונג מיטן רבי'ן שליט"א איבער די געפלאנטע באזוך אינעם ווייסן הויז.

תגובות


bottom of page