האד' מסאטמאר רעדט צו תלמידי המתיבתא איבער בעפארשטייענדע אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דעם ליל שבת קודש בשעתן עריכת שלחן הטהור מיט די תלמידי המתיבתא אין קרית יואל האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א גערעט צו די בחורים איבער די איינלאדענוג וואס ער האט ערהאלטן אינאיינעם מיט נאך גדולי האדמור"ים פונעם ווייסן הויז צו אפהאלטן אן אודיענץ ביי פרעזידענט טראמפ יר"ה.
דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן מיט'ן פסוק דרשו את שלום העיר, דרשו את שלום המלכות, און געזאגט אונז לעב מיר דא ב"ה אין א מלכות של חסד, די רעגירונג לעבט דא ב"ה גוט מיט די אידן, אסאך בעסער ווי די פריערדיגע יארן אין אייראפע.
מ'האט מיר געשיקט דעם פארגאנגענעם זונטאג א איינלאדענונג פונעם ווייסן הויז זיך צו טרעפן מיט'ן פרעזידענט ירום הודו דעם קומענדיגן דאנערשטאג אינאיינעם מיט נאך רבנים און עסקנים.
דער רבי האט געזאגט ער האט צוערשט געקלערט נישט צו אננעמען דעם איינלאדענונג, שטייענדיג יעצט אין חודש אלול ווען מ'איז פארנומען, מ'דארף זיך גרייטן צו די ימים נוראים און מ'האלט מיר דא אין ישיבה אינמיטן די סוגיא פון חצי שיעור.
דער רבי האט דערמאנט אז מיט בערך דרייסיג יאר צוריק איז אויסגעקומען אז מ'האט געהאט א זיצונג מיט'ן דעמאלטסדיגן פרעזידענט און ס'איז דעמאלטס געווען א איד בעת צר און מ'האט אים געקענט ארויסהעלפן ב''ה, האט זיך עס געלוינט, און אויסגעפירט אז יעצט איז אויך דא א געלעגנהייט ארויסצוהעלפן א איד בעת צר און מען האפט אים צו קענען העלפן מיט די זיצונג.
בנוסף האט דער רבי געזאגט אז ער האט אינזינען געהאט די צענדליגע טויזענטער אידן אין ארצינו הקדושה וואס געפינען זיך בעת צר מיט די ביטערע גזירות גיוס בני ישיבות האפט מען אז מ'וועט קענען שתדלן ביים פרעזידענט יר''ה זאל ארויסהעלפן מיט די מצב.
דער רבי האט ציטירט וואס ער האט גערעדט אין ישיבה פאר די בחורים א טאג נאך יענע זיצונג מיט 30 יאר צוריק, אז יעדע איד איז מער ווערד ווי אים און מ'דארף וויסן אז מ'מאכט די ברכה שלא עשנו גוי מיינט מען נישט די גוי וואס רוימט די גאסן נאר מען מיינט די חשובסטע גוי, וואס דאס איז דער אמעריקאנער פרעזידענט.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט א רוף צו די בחורים, יעדער זאל זעהן ווייטער צו ממשיך זיין לערנען די סוגיא פון חצי שיעור מ'זאל נישט מבטל תורה זיין מ'זאל נישט ליגן דערין אין די גאנצע טראמפיזם ווי מ'רופט עס, זאגנדיג אז איין סוגיא שיעור אין ישיבה איז מיר מער ווערד ווי די גאנצע זאך!
נאך די פייערדיגע דברות קודש האט מען געזינגען מיט גרויס התרגשות די לעבעדיגע ניגון "אתה בחרתנו מכל העמים, ורוממתנו מכל הלשונות וקדשתנו במצותך וקרבתנו מלכנו לעבודתך".





תגובות