top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אידישע ליעזאן צו פרעזידענט טראמפ איז מנחם אבל האד' מסקווירא אויף אינציאטיוו פונעם פרעזידענט

  • 8 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שלח • כ''ג סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

פאריגן מיטוואך פארמיטאג איז אנגעקומען צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, א פערזענליכן בריוו פונעם אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ יר"ה, אין וועלכן ער דריקט אויס זיינע געפילן פון מיטלייד נאך די פטירה פונעם רבינס איינציגן שוועסטער, הרבנית הצדקנית מראחמיסטריווקא ע"ה.


דער בריוו איז איבערגעגעבן געווארן דורך דורך דער אידישער לעיזאן אין די טראמפ אדמיניסטראציע און ספעציעלע געהילף צום פרעזידענט מארטין מארקס וועלכע האלט אן נאנטע פארבינדונגען מיט די חרדישע קהילות און פארשטייער.


ער איז איינגעקומען צום סקווערער רבי'ן נאך תפילת שחרית באגלייט מיט די ראשי העסקנים דער מעיאר פון סקווירא שטעטל הרב ישראל משה שפיטצער און הרב מענדל בערגער מראשי הקהלה. דער רבי האט אפגעליינט דעם בריוו בכובד ראש און דערביי אנגעוואונטשן מארקס מיט גרויס הצלחה בכל מעשה ידיו.



תגובות


bottom of page