top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שארפע ארויסטריט דורך האד' מסאטמאר איבער התגרות באומות אקעגן דעם ניו יארק סיטי מעיאר מאמדאני

  • לפני 9 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' שופטים • כ''ז אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

גאר שארפע דיבורים איז געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א נעכטן זונטאג נאכט ביים סעודת הילולא רבתי אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר קרית יואל, ווי דער רבי שליט"א האט מיט ווייטאג ארויסגעברענגט די לעצטע אויפשטייג פון התגרות באומות דורך היימישע און חסידישע אידן אקעגן די מעיאר פון ניו יארק סיטי זאהראן מאמדאני.


דער סאטמארער רבי שליט"א האט ציטירט וואס ירמיה הנביא זאגט אין פסוק 'דרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה', ערליכע אידן דארפן זיך פירן על פי דרך התורה און מיר דארפן מקבל זיין דעם גזירות הגלות און זיך אונטערווארפן אונטער די שרי המלוכה, אזוי ווי מען האט געטוהן אין אלע דורות, און דורך די אומאחריות'דיגע פעולות פון אפסטעמפלען דעם ניו יארקער מאיער אלס אנטעסעמיט אט דאס ברענגט אן די גרעסטע אנטיסעמיטיזם צווישן אונז היימישע אידן.


דער רבי שליט"א האט אונטערגעשטראכטן מיט ווייטאג, נישט גענוג וואס מיר ליידן פון אנטיסעמיטיזם דורך די התגרות באומות פון די ציוני'סטישע מדינה, ברענגט מען אן אנטיסעמיטיזם דאהי אין אמעריקא דורך היימישע פארשטייער, וואס דאס אלעס נעמט זיך פון זינלאזע ציוני'סטישע אידילאגיעס.


דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט, אז א גרויס חלק פון די ווינט אקעגן דעם ניו יארקע מעיאר, זענען שולדיג די אלע צייטונגען און מאגאזינען וועלכע קומען ליידער אן אין אסאך היימישע שטיבער, און א יעדער איד מוז האבן די ריכטיגע שמירה נישט אריינצוברענגען אין שטוב די אלע מאגאזינען אויף די אידישע און ענגלישע שפראך וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט ציוני'סטישע דיעות כוזבות און התגרות באומות.

תגובות


bottom of page