צהלי ורוני עיר התורה: שטאט לעיקוואד גרייט זיך צו ביקור מרומם און ערשטמאליגער שבת מיט האד' מוויזניץ מאנסי
- לפני 4 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין די יעצטיגער טעג איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וועט צום ערשטן מאל נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, פראווענען א געהויבענע שבת אין עיר התורה לעיקוואד די וואך שבת פ' בהעלותך, און פארבלייבן אין שטאט אין די נאכפאלגנדע טעג מיטן ציהל צו מזכה זיין די ארטיגע נגידים ושועים, און אויפטרייבן פינאנציעלע שטיצע לטובת די וויזניצע מוסדות המתנוססים לתפארה אין מאנסי.
דער וויזניצער רבי האט נאך קיינמאל נישט געפראוועט א שבת אין לעיקוואד, טראץ וואס ער האט מערערע מאל באזוכט אין שטאט, אצינד ווערט צום ערשטן מאל געפלאנט אן אפציעלע געהויבענע נסיעה מיט א גייסטרייכע שבת, וואס וועט צונויפברענגען ידידי ומעריצי בית וויזניץ, און אוועקשטעלן א פעסטע יסוד פאר די מוסדות הקדושים אין מאנסי.
די רבי שליט"א וועט ארויספארן קיין לעיקוואד דעם דאנערשטאג פארנאכטס, און פארבלייבן אין לעיקוואד ביז אינמיטן די קומענדיגע וואך פ' שלח. די רבי שליט"א וועט האבן די אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יוסף אטלס הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ אין לעיקוואד און קביעות'דיגע בעל האכסניא פון הרה"ק בעל תורת מרדכי מוויזניץ זי"ע, וואו דער רבי וועט אין לויף פון די וואך אויפנעמען דעם ציבור תושבי העיר לעצה ותושי'. אויך וועט דער רבי שליט"א באזוכן ביי די אדמור"ים רבנים און ראשי ישיבות פון שטאט און ארומגיין אין די שטיבער פון די ארטיגע נגידים בעם תומכי ומחזיקי תורה.
אויף שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסער בית פייגא זאל וואו דער רבי וועט אפרעכטן אלע תפילות און טישן במקהלות עם רב, די הונדערטער תושבי העיר, און פילע חסידים וואס וועלן קומען צופארן פון מאנסי און ארום, צו מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל הקודש.




