הייסע הרגשים בקרב חסידי ובחורי וויזניץ מאנסי לקראת היסטארישע מסע הקודש לארה"ק בראשות האד' מוויזניץ מאנסי
- לפני 51 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' עקב • ט"ו אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט הייסע הרגשים ציילן שוין חסידי וויזניץ מאנסי, ובפרט די הונדערטער תלמידי הישיבה, די טעג צו די היסטארישע מסע הקודש קיין ארה"ק בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, מיט'ן הויכפונקט דער שבת מלא התרוממות והתעלות אין אתרא קדישא מירון ביים תנא אלקי רבי שמעון בן יוחאי.
די נסיעה רוממה "לבקר בהיכלו" איז פראקלאמירט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א נאך מיט א יאר צוריק, לקראת דעם סיום זמן הקיץ תשפ"ה, ווען דער רבי האט דאן געמאלדן פאר די תלמידי ישיבה גדולה אינעם קרית הישיבות אין נייעק, איבער א נסיעה וואס ער נעמט אונטער קיין ארה"ק, געווידמעט ספעציעל פאר די תלמידי הישיבה וואס וועלן זיך מצטיין זיין אין די לימודים אין לויף פון קומענדיגן יאר, און וועלן זיך סוף יאר שטעלן צום פארהער סיי אויף די מסכתות וואס מ'האט געלערנט סיי שנת תשפ"ה און סיי שנת תשפ"ו.
די בחורים האבן דאן אויפגענומען די בשורה מיט א שמחה עצומה, און האבן זיך תיכף גענומען זיך באפלייסן אין די לימודים, און מוסיף געווען התמדה און שקדנות קונה צו זיין די הונדערטער בלעטער גמרא תוספות, ארויסקוקנדיג מיט א השתוקקות צו האבן די זכי' מיטצופארן מיט'ן רבי'ן אויף די מסע הקודש.
שטייענדיג אצינד א קארגע חודש אפגערוקט פון די נסיעה, וואס וועט זיך אנהייבן דעם קומענדיגן י"ד אלול, ווערן שוין געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות דורך די עסקנים פון וויזניצער הויף, וועלכע זענען פארנומען מיט די אלע לאגיסטישע און טעכנישע דעטאלן, סיי דאהי, און סיי זייענדיג בקשר קיין ארץ ישראל מסדר צו זיין די ימי אורה מיט די פולסטע הצלחה.
א גרופע פון די ראשי העסקנים זענען ספעציעל אנגעקומען קיין מירון, וואו מ'האט אינאיינעם מיט די גרעסטע פראדאקשן פירמעס אין ארץ ישראל וואס זענען אויפגענומען געווארן פאר דעם שבת, מסדר געווען די נויטיגע הכנות און פלענער פאר'ן שבת מרומם באתרא קדישא מירון.
אין די נסיעה טוען זיך אויך אנשליסן מאסן חסידים, אנגעהויבן פון די זקני העדה ובעה"ב נכבדים, ביז צו די יונגעלייט, וועלכע כאפן אריין די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די לעכטיגע ימי הוד בצלא קדישא פונעם רבי'ן בארה"ק.
נאכדעם וואס די ערשטע טשארטער פליגער פאר די בחורים איז שוין געווארן אינגאנצן אנגעפילט, איז ארויסגעדינגען געווארן א צווייטע טשארטער פליגער, צוגעשטעלט ספעציעל פאר'ן ציבור בעה"ב און יונגעלייט, און וועט זיין צוגעשטעלט מיט די באקוועמסטע באדערפענישן ברוחניות ובגשמיות.
דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן אויף די נסיעה דעם קומענדיגן מיטוואך כי תבוא, און במשך די וואך אפרעכטן מעמדי תפלה ביי די ציונים הק' אין גליל, ביים קבר רחל, און אויפ'ן הר הזיתים, וברוב עם הדרת מלך בראש קהל חסידיו וועט דער רבי מעתיר זיין למען הכלל והפרט, ספעציעל ווען מ'וועט שוין שטיין נאנט צו די ימי הרחמים והרצון.
באזונדער וועט אפגעראכטן ווערן א מעמד התעוררות רחמים ביים שריד בית מקדשינו כותל המערבי, און א מעמד תפלה רבתי ביי די ציונים הק' פון צדיקי בית וויזניץ, דער אהבת ישראל און דער אמרי חיים, אויפ'ן בית עלמין אין בני ברק.
דער הויכפונקט וועט זיין דער שבת קודש לה' אין מירון, וואו מ'וועט האבן די זכי' לחסות בצלא דמהימנותא עילאה פונעם תנא אלקי באוירא עילאה, וואו די תפילות און טישן וועלן אפגעראכטן ווערן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם.




