פתחו של אולם: הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקא אפגעקויפט זכות שם אולם ווילחאוויץ אין מאנסי
מיטוואך פ' האזינו • ה' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אן עהרנפולער מסיבת לחיים איז אפגעהאלטן געווארן אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, לכבודו פונעם לעגענדארן פילאנטראפ און כלל-טוער הנגיד ר' שלמה ווערדיגער יו"ר אגודת ישראל דאמעריקע, וועלכער האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון אנדערהאלבן מיליאן דאלאר, אפצוקויפן דעם זכות שם הבנין פונעם פיליעריגן בארימטן "ווילחאוויץ" חתונה-זאל אין שטאט, ויקרא שמו בישראל: "אולם ווערדיגער".
דער ווילחאוויץ חתונה-זאל איז שוין צענדליגער יארן אין באנוץ, אין די פריערדיגע יארן איז עס געווען דער חתונה-זאל פון ישיבה ספרינג וואלי, און מיט 13 יאר צוריק איז עס אריבער צו די הנהלת מוסדות וויזניץ מאנסי, וועלכע האבן דאס דאן פרעכטיג רענאווירט און אהערגעשטעלט מיט א פנים חדשות אלס הערליכער חתונה-זאל וואו ס'איז די לעצטע 13 יאר געפראוועט געווארן טויזנטער חתונות, און ווי אויך די גרעסערע מעמדים און מאורעות בחצר הקודש וויזניץ.
נאכ'ן זיין אין באנוץ אזויפיל יאר האט דער זאל נאטירליך געפאדערט א רענאוואציע און איבערפרישונג, און די הנהלת המוסדות איז אין די לעצטערע חדשים אריינגעשפרינגען אין א מאסיווע פראיעקט אהערצושטעלן דעם זאלן מיט א פולשטענדיגן פנים חדשות כראוי וכיאות, צו קענען דארט ווייטער פראווען חתונות אויף א הערליכן און באקוועמען פארנעם, און דערצו מיט צוגענגליכע פרייזן.
דער קאסטבארער פראיעקט ווערט פינאנצירט דורך הטפסר המרומם ר' שלמה ווערדיגער, וועלכער האט זיך געלאזט קאסטן די פאנטאסטישע סומע פון 1.5 מיליאן דאלאר, און דערמיט אפגעקויפט דעם זכות שם האולם, וואס וועט מהיום והלאה גערופן ווערן "אולם ווערדיגער".
ביים אייגנארטיגן לחיים ביים רבי'ן אין שטוב, האט זיך באטייליגט דער נדיב ר' שלמה, אינאיינעם מיט בני משפחתו און די ראשי העסקנים פון די הנהלת המוסדות און די זאל-פארוואלטונג.
עס האט זיך דערביי פארמירט א שמועס וואו דער רבי האט שטארק ארויסגעהויבן די פעולות חובקות זרועות עולם פונעם נדבן ר' שלמה, וועלכער געט זיך אזויפיל אוועק למען הכלל והפרט, און איז וועלט בארימט מיט זיינע פעולות הצדקה והחסד להגדיל תורה ולהאדירה.
אין די יעצטיגע טעג גייט אן די רענאוואציע מיט העפטיגע פארשריט, זייענדיג די וואכן ווען ס'קומען נישט פאר קיין חתונות און דער זאל איז פריי צו קענען דורכפירן דעם פראיעקט, און צום קומענדיגן חתונה-סעזאן נאך סוכות וועט דער איבערגעפרישטער זאל געעפנט ווערן פאר די חתונות, מיט'ן נייעם פרעכטיגן אויסזען און שם החדש "אולם ווערדיגער".






תגובות