top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מרבים שלום: האד' מוויזניץ מאנסי נעמט אויף זיך פינאנציעלע עול פון נייע כולל דחסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי

  • לפני יום אחד (1)
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' טהרה • כ"ז ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין נאך א באגריסנדע אנטוויקלונג פון אחדות און צוזאמענארבעט בחצרות בית וויזניץ, ווערט אין די יעצטיגע טעג אוועקגעשטעלט א נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי, בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א, מיט די פערזענליכע הילף און באגלייטונג פון אחיו הגדול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א.


דאס קומט נאכדעם וואס אין לויף פון די לעצטערע חדשים האבן די צוויי ברידער האדמורי"ם מוויזניץ פון מאנסי און קייאמישא מערערע מאל דורכגעטון בכובד ראש די נושא איבער די עתיד פון די הונדערטער אברכי הכולל, מיט די נאכאנאנדע וואוקס אין די צאל אברכי הכולל אין וויזניץ מאנסי, און די לחץ זו הדחק וואס זעהט זיך אן אין די היכלי הכולל בבנין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.


נאך לענגערע דיונים האבן די ברידער האדמורי"ם באשלאסן אז מען זאל עפענען א נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא, וואס וועט זיין סטאנציאנירט אין די נייע ביהמ"ד בית מרדכי דחסידי וויזניץ קייאמישא אין מאנסי, און אין א איבערראשנדע שריט האט דער וויזניצער רבי פון מאנסי פראקלאמירט אז פאר די ערשטע צוויי יאר נעמט ער אויף זיך די פינאנציעלע עול פון החזקת הכולל, ווען אלעס וועט ווייטער אנגיין אונטער די הנהלה גשמית פון כולל אמת ואמונה וויזניץ מאנסי מיט א ברידערליכע צוזאמענארבעט.


אין די יעצטיגע טעג בעפאר עס הייבט זיך אן די פרישע זמן הלימודים, קומען פאר א רייע אסיפות צווישן ביידע הנהלות, סיי די הנהלה פון כולל אמת ואמונה וויזניץ מאנסי, און סיי די הנהלה פון די נייע כולל דחסידי וויזניץ קייאמישא, וואו עס ווערן אויסגעארבעט די גענויע פלענער מיט א וואונדערליכע אחדות, צווישן אנדערע זענען געווארן אויפגענומען די ראשי הכוללים, וואס וועלן אנטיילן זייער טאג צווישן די צוויי כוללים, צו קענען ווייטער באגלייטן די חבורות אין כולל אמת ואמונה, און קענען באגלייטן די אינגעלייט אין די נייע כולל וואס עפנט זיך אצינד.


א ספעציעלע אסיפת התייסדות איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג פאר די אינגעלייט וואס גרייטן זיך אנצוהייבן דעם פרישן זמן הלימודים אין די נייע כולל פאר חסידי וויזניץ קייאמישא, וואו עס האט צווישן אנדערע אויפגעטרעטן הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א בנו הגדול פונעם וויזניצער רבי'ן פון קייאמישא, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע הילף און צוזאמענארבעט פון ביידע הויפן צו פארזיכערן די מאקסימאלע סוקסעס.

bottom of page