לעכטיגער שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצילא קדישא פון האד' מוויזניץ מאנסי
- לפני שעה (1)
- זמן קריאה 3 דקות
מוצאי שב"ק פ' נצבים וילך • כ''ג אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
אן אומבאשרייבליכע רישומא דקדושה האט איבערגעלאזט דער געהויבענעם שבת קודש אין אתרא קדישא מירון בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ווען דער הר הקודש מירון האט געווילבערט מיט א מאסן פלייץ פון הונדערטער חסידים וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען מכל קצוות תבל לחסות בצלא דמהימנותא עילאה במחיצתו פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.
און צוגאב צו די פמליא של מעלה פון הונדערטער חסידים און תלמידי הישיבה הקדושה מעבר לים, האט זיך אנגעזען א גרויסע קבוצה פון הונדערטער וויזניצער חסידים תושבי ארצינו הקדושה, ובראשם די חסידים און תלמידי ישיבות וויזניץ בית שמש אין שפיץ פון בני כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, אזוי אויך האבן באשיינט א שיינע צאל חסידי וויזניץ אין שפיץ פון א משלחת נכבדה פון ראשי העדה, ובראשם בני מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, הגה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א אבד"ק קרית וויזניץ ואחיו הרה"צ רבי יצחק ישעי' שליט"א, בשליחות אביהם מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, צוזאמען מיט א רייע רבנים חשובים ופני העדה סיי פון חוץ לארץ און סיי פון ארץ ישראל.
ליל שב"ק האט מען געדאווענט מנחה און קבלת שבת אינעם מתחם תולדות אהרן אינעם חצר פונעם ציון הקדוש, פאר מנחה האט אויפגעטרעטן מיט א פייערדיגע דרשת הכנה הגה"ח ר' מרדכי אריה פריעדמאן שליט"א ראש חבורות וויזניץ בארה"ק, ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פונעם זמן און דעם הייליגן מקום. דערנאך האט דער רבי שליט"א יורד געווען לפני התיבה צו תפילת מנחה און קבלת שבת. עס איז געווען א געהויבענע דאווענען מיט אן אש להבת שלהבת, ווען דער גאנצר ציבור האט מיט איין קול ארויסגעזונגען דעם יום-טוב'דיגע "לכה דודי" מיט א ברען, און פאר "כגוונא" האט אפגעהילכט דעם הייליגן ניגון "בר יוחאי" מיט גרויס התעוררות. נאכן דאווענען האט מען געזינגען "שלום עליכם" און דער גאנצער ציבור איז דורכגעגאנגען וואנטשן גוט שבת, ווען דער רבי שליט"א וואנטשט צוריק יעדן יחיד מיט א סבר פנים יפות.
די סעודות ליל שבת זענען אפגעראכטן געווארן אויף א גרויסע פארנעם, ווען פאר כל קהלא קדישא, און באזונדער פאר די בחורים איז צוגעשטעלט געווארן סעודות כיד המלך אין די גרויסע היכלי הסעודות וואס זענען ספעציעל אויפגעשטעלט געווארן צום שבת, במשך די סעודות שב"ק האבן אויפגעטרעטן מיט הערליכע דרשות, דברי תורה און פתגמין קדישין די בני משפחת המלוכה, צווישן זיי הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בית שמש, הרה"צ רבי ישראל טווערסקי שליט"א רב ביהמ"ד אהבת שלום וויזניץ בני ברק וחתן האדמו"ר מוויזניץ בית שמש, הרה"צ רבי ישראל האגער שליט"א בן האדמו"ר מוויזניץ בארא פארק, און דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי דוד דב האגער שליט"א, וועלכע האבן מעורר געווען דעם ציבור מיט הארציגע דיבורים.
נאך די סעודה איז מען אריבער צום דערנעבנדיגן גיגאנטישן היכל השולחנות וואס איז געווען הערליך אהערגעשטעלט, בליץ שנעל איז דער שאטער געווען איבערגעפולט מיט די מאסן החסידים, און נאך א שטיק צייט איז דער רבי שליט"א ערשינען צום טיש, פארגעזאגט די זמירות און קידוש געמאכט בקול חוצב להבות אש.
דער רבי שליט"א האט צוויי מאל געזאגט תורה במשך דעם טיש, זייענדיג מעורר מיט דברים היוצאים מן הלב איבער סור מרע ועשה טוב און בפרט זיך מחזק זיין אין שמירת הדיבור. די טיש האט זיך פארצויגן בהתרוממות עילאה בשירות ותשבחות לקל חי ביז צוויי אזייגער פארטאגס, און נאכן טיש האט מען ווייטער פארברענגט בשבת אחים גם יחד ביי א פייערדיגן באטע ביז קרוב לעלות השחר, ווען א גאנצע נאכט האבן די חסידים און בחורים אויסגענוצט די געלעגנהייט ארויפצוגיין צום הייליגן מערה מתפלל צו זיין לישועת הכלל והפרט.
שבת אינדערפרי איז דאס דאווענען ווידעראמאל געווען מיטן גאנצן פלאקער, און נאכן סעודת צפרא דשבתא האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן דעם מיטאג טיש ברוב עם.
דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען ביים רעוא דרעווין ביים שלש סעודות, ווען מען האט געזינגען ניגוני קודש מיט א אומבאשרייבליכע התעוררות ודביקות, און דער רבי שליט"א האט שטארק מעורר געווען דעם ציבור מיט פייערדיגע דברי מוסר והדרכה בעניני תורה, קדושה, און אמונה, און האט משמיע געווען שטארקע דברי הכנה לקראת דעם עליה לציון הקדוש.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א מעורר געווען רחמי שמים מרובים פאר אלעס וואס אידן נויטיגן זיך בבני חיי ומזוני רוויחי, און געהייסן ספעציעל אינזין האבן יעדן איינעם את אשר ישנו פה ואשר איננו פה, און בפרט מעורר געווען מתפלל צו זיין פאר שאר בשרו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א לרפואה שלימה. נאך תפילת מעריב האט דער רבי שליט"א געמאכט הבדלה על הכוס, ווען ס'איז געווען גאר שווער זיך צו שיידן פון דעם געהויבענעם שבת. מען איז דערנאך ארויף צום ציון און נאך געפראוועט מלוה מלכה און א מעמד ההדלקה על עלות השחר, אבער דער רישומא דקדושה וואס דער שבת האט איבערגעלאזט וועט זיכער געדענקט ווערן אויף אייביג ביי יעדן וואס האט זוכה געווען דאס מיטצולעבן.
מוצאי שבת איז פארגעקומען א מעמד ההדקלה רבתי אנגעפירט דורך דער וועלט בארימטער משפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב, וואס האט כדרכו אויפגעפלאמט די הערצער מיט זיינע פייערדיגע דיבורים, באגלייט מיט ריקודין נלהבין בין גברא לגברא.





































תגובות