top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

להוסיף על העזרות: צפון גאלעריע פון עזרת נשים אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי וועט זיין געווידמעט פאר אברכי הקהילה

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' חקת בלק • ו' תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי וויזניץ מאנסי האבן מיט קורת רוח אויפגענומען די בשורה טובה איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם צענטראלן היכל הביהמ"ד הגדול "לבוש מרדכי" וויזניץ אין מאנסי, וואס דינט אלס תל תלפיות פאר טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, אז אנגעהויבן פון דעם קומענדיגן חודש אב וועט טייל פונעם עזרת נשים פארוואנדלט ווערן אין א פרישן גאלעריע פאר די יונגע יונגעלייט פון די קהילה.


די פרישע שריט להוסיף על העזרות קומט אלס א נויטיגע רעזולטאט פונעם שיינעם וואוקס בלי עין הרע, ווען דער ביהמ"ד איז שוין לאנג אויסגעוואקסן ובפרט אין די שיינע שבתים וימים טובים בצל קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, ווען דער ביהמ"ד איז צר מהכיל צו אקאמאדירן דעם ריבוי העם.


די מציאות'דיגע ציפערן ווייזן אז בשעת דער ביהמ"ד פארמאגט אום 1330 זיץ-פלעצער צו פארדינגען, זענען ביים לעצטן רעגיסטראציע פארלאנגט געווארן אריבער 1,940 זיצן, וואס באדייט א מאנגל פון איבער 500 פלעצער פאר פרישע יונגעלייט און לאנג-יעריגע מתפללים וואס האבן געזוכט פלעצער פאר זייערע קינדער, דער שרעקליכער מאנגל אין פלאץ האט געפירט דערצו אז פילע יונגעלייט און מתפללים האבן זיך געפונען אן א קביעות'דיגן שבת-זיץ, וואנדערנדיג פון איין ארט צום אנדערן.


זעענדיג דעם פאקטישן חסרון און דעם שטארקן געברויך פון אזויפיל חסידים וואס ווילן זיך קובע מקום זיין לתפילה אין ביהמ''ד מיט ישוב הדעת, איז בברכתו ובהסכמתו פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א געגרינדעט געווארן א ספעציעלער "וועד סידור מקומות לשבת", וואו די חברי הוועד האבן געווידמעט לענגערע חדשים און לאנגע שעות'דיגע זיצונגען דורכצוקוקן יעדן מעגליכקייט. מען האט באטראכט פלענער פון איבערבויען דעם אינעווייניגסטן אויסשטעל פונעם היכל, אבער מ'האט געזען אז דאס וועט נאר שאפן אן ענגשאפט און וועט נישט קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור, און דערצו קען דאס געדויערן יארן לאנג און אריינציען אין אסטראנאמישע סומעס.


דעריבער איז אויסגעקליבן געווארן דער "עזרת נשים פלאן", לויט וועלכן מען וועט אנהייבן פון קומענדיגן שב"ק פרשת ואתחנן-נחמו עפענען די צפון גאלעריע פונעם ווייבער-שול פאר די יונגע יונגעלייט, און דערמיט צושטעלן הונדערטער פרישע זיצן. דער צוגאנג צום נייעם פליגל וועט זיין באקוועם דורך די האלוועי פון די שטיבלעך, און די פרויען וועלן זיך ווייטער קענען באנוצן מיט די דרום גאלעריע אינעם עזרת נשים.


כדי צו ערמעגליכן פאר יעדן יונגערמאן צו האבן אן אייגן ארט, איז באשטימט געווארן א ספעציעלער "דערעפענונג פרייז" פון בלויז 120 דאלער פאר א זיץ אין די נייע צפון גאלעריע, וואס איז היבש ביליגער פונעם געווענליכן פרייז.


די הנהלת הקהילה און די געטרייע גבאי הביהמ"ד ארבעטן אינאיינעם אויסצושטעלן די פלעצער על צד היותר טוב, מיטן האפענונג אז דורך די דאזיגע הרחבה וועט יעדער מתפלל קענען דאווענען מיט מער הרחבת הדעת.



bottom of page