ק"ק וויזניץ מאנסי שאפט דראסטישע דורכברוך מיט נייע "אולם איינהארן"; בלויז 10 טויזנט דאלאר די גאנצע חתונה נאכט
- 13 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' טהרה • כ"ו ניסן תשפ"ו | בחצרות הקודש

א פרייד-כוואליע הילט ארום חסידי וויזניץ און כלל תושבי מאנסי מיט די בשורה מרנינה איבער'ן דראסטישן דורכברוך צו לינדערן די אסטראנאמישע חתונה-קאסטן, מיט'ן אהערשטעלן די שפאגל-נייע פראכטפולע חתונה זאל "אולם איינהארן" וואו די גאנצע חתונה-נאכט, מהחל ועד כלה, וועט אפקאסטן די שטוינענד ביליגע פרייז פון בלויז 10 טויזנט דאלאר, ביידע צדדים צוזאמען, דאס הייסט, 5 טויזנט פער צד.
דאס קומט אין ליכט פון די שטורמישע אויפוואכונג וואס האט אויפגעפלאמט בקרב יהדות מאנסי די לעצטע יאר, מיט די גראנדיעזע "מצא טוב" רעוואלוציע, אין וואס עסקני וויזניץ מאנסי שפילן א הויפט ראלע, וואס האט במשך די לעצטע יאר באוויזן אראפצוברענגען די חתונה סטאנדארטן מיט גרויסע נומערן.
דער נייער חתונה-זאל "אולם איינהארן" ווערט אויפגעבויט מיט גרויס פראכט און שיינקייט אינעם בנין פון די וויזניצע מיידל שולע אויף די קרעסט גאס, נעבן די עקזיסטירנדע חתונה-זאל תפארת עלקא.
די מענער-זאל ווערט אהערגעשטעלט אינעם ארט וואו ס'פלעגט אמאל זיין דער אולם אור החיים, און די פרויען-זאל אינעם דערנעבענדן גרויסן אודיטאריום פון בנין בית קילא, וואס די ביידע זאלן וועלן אריבערגיין א גענצליכע רענאוואציע און איבערבוי און עס אהערשטעלן מיט א פולקאמע פנים חדשות אלס די נייע הערליכע חתונה-זאל "אולם איינהארן".
דער פראיעקט ווערט פינאנצירט דורכ'ן בונה ומקים עולמות של תורה וחינוך בקרב וויזניץ מאנסי, הרבני הנגיד ר' יחזקאל אביגדור איינהארן, וועלכער האט שוין אין עבר משקיע געווען שווערע מיליאנען פאר די החזקת המוסדות והקמת הבנינים, און אצינד איז ער ווידער קעגנגעקומען מיט'ן ביישטייערן די מולטי-מיליאן דאלארדיגע נדבה פאר'ן נייעם זאל, וואס וועט העלפן אומצאליגע מחותנים חתונה מאכן מיט א פרייליך געמיט.
אין א פריידיגע מודעה וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורך מוסדות וויזניץ, ווערט געמאלדן אז אין די יעצטיגע טעג נאך יו"ט ווערן שוין פאקטיש אנגענומען רעזערוואציעס פאר'ן נייעם אולם איינהארן וואס וועט בעז"ה באנייט ווערן דעם קומענדיגן ר"ח כסליו תשפ"ז.





תגובות