נייע מאיעסטעטישע סוכה הגדולה אויפגעבויט לכבוד יום טוב סוכות בחצר הקודש וויזניץ מאנסי
דאנערשטאג שבוע שחל בו סוכות • י''ג תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

אריינטרעטנדיג אינעם זמן שמחתינו פונעם יו"ט סוכות הבעל"ט, ווערן געמאכט די סאמע לעצטע איינרישונגען בחצר הקודש וויזניץ מאנסי ביי די נייע גיגאנטישער סוכה הגדולה, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן הארט נעבן דעם ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי, מיט גענוג פלאץ צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים ואנשי מעשה, וואס קומען מיטהאלטן די זעכצן טישן דורכאויס יום טוב סוכות און ספעציעל די שמחת בית השואבה מידי לילה בלילה פון די ימי המועד.
אין די פארגאנגענע צענדליגע יארן איז די סוכה געווען סטאנציאנירט אינעם עזרת נשים פונעם גרויסן ביהמ"ד, וואס האט מיט דער צייט פאראורזאכט אן אומדערטרעגליכן ענגשאפט. דאס האט געצווינגען די עסקנים אריינצוטאנצן אין א מאסיוון פראיעקט אויפצושטעלן די שפאגל נייע סוכה הגדולה אויפן באדן הארט נעבן ביהמ"ד הגדול אויף פילעס טערעס ביים ווינקל פון עליאט קאורט.
דער פראיעקט האט זיך פאקטיש אנגעהויבן פאראיאר, ווען מען האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אנצוגרייטן דעם שטח פארן סוכה, און טראקטארן האבן פלאך געמאכט דעם גאנצן באדן. די סוכה אליין פארמאגט א גאר הויכע דאך, וואס דאס ערלויבט אריינצושטעלן הויך-שטאקיגע פארענטשעס.
דורכאויס די זומער זענען די עסקנים געזעסן אויף נאכאנאנדע זיצונגען מיט די ראשי הקהילות און עסקנים פון אנדערע גרויסע חסידישע הויפן וואס פארמאגן שוין ערפארונג מיטן אויפבויען גיגאנטישע סוכות. ביי די אפהאנדלונגען איז פארגעלייגט געווארן א פלאן צו בויען די סוכה אויף פערמענאנט מיט אייזערנע ביעמס, אבער נאכן פארלייגן די פלענער בקודש פנימה, איז דאס אפגעווארפן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, צוליב דעם רבינ'ס רצון צו עווענטועל אויסברייטערן דעם בנין הביהמ"ד הגדול אויף דעם שטח אין די קומענדיגע יארן.
דער רבי שליט"א איז אינאיינעם מיט די רבני הקהילה איבערגעגאנגען יעדן דעטאל אז די סוכה זאל געבויט ווערן מיט אלע חומרות והידורים, ספעציעל נאך וואס די אלטע סוכה אינעם עזרת נשים האט פארמאגט געוויסע הלכה'דיגע קולות וואס מען האט יעצט געוואלט פארמיידן לכתחילה.










תגובות