הכנה דרבה בחצה"ק וויזניץ מאנסי צו חתונה הגדולה פון ערשטע אור-אייניקל פון האד' מוויזניץ מאנסי
- לפני 7 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' במדבר • כ''ג אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

אלפי חסידי וויזניץ מאנסי רוישן ברגשי שמחה צו די היסטארישע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן חודש סיון הבעל"ט, וחסידים ברנה יגילו אויף א געהויבענעם שטייגער, ווען עס ציעט זיך ווייטער די שלשלת הקודש לשם ולתפארת.
עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, א אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין זון הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א רב ביהמ"ד אור מרדכי וויזניץ אין מאנסי, איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל אברהם אלטר טויב שליט"א אבד"ק תולדות נפתלי קאלוב בארא פארק, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' זלמן לייב הורוויץ שליט"א דיין אין מכון להוראה, זון פון הגה"צ אבד"ק זאלישא שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ אבד"ק בערמעהט שליט"א.
די בעפארשטייענדע חתונה הגדולה טוט אריינעמען אין זיך די צוויי גרויסע חצרות הקודש, וויזניץ און סקווירא און מען גרייט זיך אפצורעכטן די שמחה מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים אויף א גרויסארטיגע פארנעם.
די חתונה הגדולה קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג נשא י' סיון אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ מאנסי, און די עסקני השמחה נעמען אין באטראכט די איבערפלוס פונעם ערווארטעטן ציבור ביי די שמחה, סיי מצד חצר הקודש וויזניץ זייענדיג די עלטסטע אור אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, און סיי מצד חצר הקודש סקווירא, דעריבער וועט דער היכל ביהמ"ד הגדול זיין אויסגעשטעלט אויף א גרעסערע פארנעם לויט איר מאקסימום צו קענען אמקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט צו זיך באטייליגן ביי די גרויסארטיגע שמחה בבית צדיקים.
אנדערש ווי ביי אלע אנדערע שמחות בבית וויזניץ וואס די חופות קומען פאר אויף די פילעס טערעס גאס, וועט דאסמאל אפגעהאלטן ווערן די מעמד החופה אויף א גרעסערע פארנעם ביים ריזן שטח פארנט פון אולם ווילחאוויץ, וואו די נשים וועלן זיין פלאצירט במשך די חתונה.
אין אלע אפטיילונגען פון די וויזניצע ישיבות גרייט מען זיך מיט פיבערהאטפטיגע הכנות צו די היסטארישע שמחה אין רבינס הויף, ווען שוין פון אנהייב זמן לערנען די בחורים שעות רצופות לקראת די שמחה הרוממה, און דאס וועט איבערגעגעבן ווערן אלס א מנחת ביכורים פארן רבי'ן שליט"א בעת די שמחת החתונה.
אזוי אויך צווישן דעם ציבור חסידי וויזניץ גרייט מען זיך מיט הכנות אויף אלע פראנטן, עס זענען פארפאסט געווארן עטליכע נייע ניגונים לכבוד די שמחה, און טעטיגע עסקנים פון ביידע הויפן זענען שוין וואכן לאנג אקטיוו אויסצוארבעטן אלע דעטאלן מיט א ברידערליכע קאאפעראציע. הויכשטאקיגע פארענטשעס וועלן בארינגעלען דעם היכל ביהמ"ד הגדול און הונדערטער טישן ווערן צוגעגרייט פאר די סעודת החתונה.
די ימי השמחה וועט זיך שוין אנהייבן ביים שבת עלי' לתורה דעם צווייטן טאג יום טוב שבועות, דער חתן מאל א נאכט בעפאר די חתונה וועט אפגעראכטן ווערן בחצר הקודש סקווירא, און די חתונה וועט נאכפאלגן מיט געהויבענע שבעת ימי המשתה, די צענטראלע שבע ברכות אין שיכון סקווירא וועט פארקומען דאנערשטאג נשא. די לעצטע שבע ברכות ווערט אפגעהאלטן דורך ק"ק וויזניץ מאנסי אין ביהמ"ד הגדול לבוש מרדכי וויזניץ אין מאנסי.

