האד' מאמשינוב אפגעראכטן שבע ברכות לרגל שמחת הנישואין בחצרות לעלוב - מודזיץ - אופעלע
מיטוואך פ' האזינו • כ"ו אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם ליל שישי האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א אפגעראכטן א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון שאר בשרו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מאופעלע שליט"א לרגל שמחת נישואי בתו הכלה למזל טוב.
דער אפעלער רבי איז פון אלס יונג בחור זייענדיג א יתום, אויפגעהאדעוועט געווארן ביים אמשינובער רבי'ן שליט"א, וועלכע האלט אן דעם קשר אמיץ דורכאויס די אלע יארן. ווי באקאנט האט דער אמשינובער רבי מיט עטליכע יאר צוריק שטארק צוגעשטופט דעם אופעלער רבי'ן ביים גרינדען זיין הויף אין בני ברק, אלס המשכה פון די אופעלע שולשלת וואס איז א צווייגל פון די הייליגע גזע לבית ווארקא - אמשינוב.
צו די שבע ברכות זענען געלאדענט געווארן די משפחת המלוכה און צאצאים פון הרה"ק רבי מאיר מאמשינוב זי"ע, ווען בראש השולחן באשיינט דער אמשינובער רבי שליט"א וועלכע האט מיטגעהאלטן די גאנצע שמחה כשהמלך במסיבו מבואו ועד צאתו פאר גאנצע דריי שעה.
ביי די שמחה האבן זיך אויך משתתף געווען די געהויבענער זיידעס האדמורי"ים מלעלוב און מודזיץ, וועמען דער אמשינובער רבי האט אויפגענומען בצהלת פנים, און די אדמורי"ם האבן אינאיינעם פארברענגט בדברי תורה. דורכאויס די גאנצע שמחה האט דער לעלובער רבי זיך צוגעקוקט צום רבי'נס עבודת הקודש כעבדיה קמיה מאריה.
דער רבי שליט''א האט טועם געווען פון די מאכלים און אסאך געשמועסט מיט די חתן און מחותנים. מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רבי מכבד געווען דער מחותן האדמו"ר מאפאלע, נאכן בענטשן האט דער רבי זעלבסט איינגעטיילט די כיבודים צווישן די זיידעס און אנדערע מסובים, צווישן זיי כ"ק האדמורי"ם מלעלוב און מודזיץ, אחיו הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט"א, גיסו הרה"ג ר' אברהם זאנענבאנד שליט"א, די מחותן הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א רב חסידי לעלוב, און דער רבי שליט"א זעלבסט האט געזאגט ברכה אחריתא.
נאכן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, וואו דער רבי שליט"א איז געטאנצן באזונדער מיטן חתן און דערנאך א רינג מיט די חתן מחותנים און זיידעס האדמורי"ם שליט"א, צום שלוס האט דער רבי זיך געזעגענט לשלום מיט די זיידעס האדמורי"ם און זיך געוואנטשן צום נייעם יאר.









תגובות