top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חסידי אמשינוב אונטערן רושם פון געהויבענער שמחת נישואין פון נכדת האד' מאמשינוב

  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' קרח • ל' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN

א פרייליכע גייסט האט ארומגענומען די הונדערטער חסידי אמשינוב און תושבי עיר התורה והחסידות ביתר עילית, ווען מען האט געהאט די זכיה מיטצולעבן א געהויבענע שמחה בבית צדיקים, די שמחת הנישואין פונעם רבינס אן אייניקל, די כלה, בת לחתנו הרה"ג רבי נפתלי ראזנגארטן שליט''א, מיט די חתן א זון פון ר' אברהם טענענבוים שליט"א מחשובי חסידי סלונים, ומחיל לחיל האט נאכגעפאלגט א געהויבענעם שבת של שמחה בצל הקודש אין שטאט ביתר.


די שמחה האט ארויסגערופן א זעלטענע התרגשות נאך וואס א לענגערע תקופה אפשניט פון עטליכע יאר וואס רוב שמחות אין אמשינובער הויף זענען אפגעראכטן געווארן אין שטאט אשדוד, איז די איצטיגע חתונה פארגעקומען אין ביתר, געבנדיג א געלעגנהייט פאר די פילע חסידים ומעריצים תושבי העיר מיטצולעבן די געהויבענע שעות של שמחה במחיצת הקודש.


די חתונה איז פארגעקומען לויט א נייע סדר אנדערש ווי געווענדליך ביי די אמשינובער חתונות, וואו דער רבי איז אנגעקומען קיין ביתר פריער ווי געווענליך צום מעמד הקבלת פנים, און בלויז עטליכע מינוט דערויף איז מען שוין ארויס צום מעמד החופה וואס איז אפגעראכטן געווארן מבעוד יום. דער רבי איז נישט ארויף אויפ'ן בימת החופה, נאר איז פארבליבן שטיין צווישן דעם עולם, און מיטגעהאלטן די גאנצע חופה מיט אן אויסערגעווענליכע התעוררות בעת מ'האט געזינגען די ניגוני דביקות.


מיט'ן סידור קידושין איז מכובד געווארן הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אבד"ק סלונים ביתר, און דער רבי שליט"א זעלבסט איז מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא, וואס ער האט פארגעזאגט מיט א קול חוצב להבות אש כדרכו בקודש.


נאכ'ן חופה האט דער רבי געוואונטשן דעם חתן און די כלה לענגערע ברכות בשעת די חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר אלע מחותנים און די זיידעס. גלייך נאכ'ן חופה איז דער רבי צוגעפארן לבית בנו הרה"צ רבי משה מיליקובסקי שליט''א אין ביתר, וואו ער האט משלים געווען זיין געהויבענע עבודת היום.


ארום 11:30 אויפדערנאכט איז דער רבי ערשינען אינעם זאל און מעריך געווען שולחנו הטהור פאר ארום אנדערטהאלבן שעה, דער רבי האט זיך געוואשן און טועם געווען פון די פיש, און דערנאך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט'ן חתן כדרכו. בשעת די סעודה זענען אלע קינדער און אייניקלעך אדורך דעם רבי'ן וואונטשן מזל טוב, און נאכ'ן פלייש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פאר'ן גאנצן ציבור.


דערנאך האט זיך אנגעהויבן די ריקודין, ווען דער רבי איז געטאנצן אין א רינג מיט די משפחה אויפ'ן אויבן אן, און דערנאך א באזונדערע ריקוד מיט'ן חתן. א זעלטענע ערשיינונג איז געווען ווען דער רבי איז געטאנצט מיט יעדן איינעם פון די מחותנים און די זיידעס באזונדער אויף א גאר געהויבענעם שטייגער. עס איז שוין געווען אום 1:30 ווען מען האט געבענטשט ברכת המזון וואו דער חתן האט געבענטשט על הכוס.


דאן האט מען צוגעטרעטן צום מעמד המצוה טאנץ. מען האט געזונגען ניגוני התעוררות מיט גרויס דביקות, און דערנאך האט דער רבי אפגעראכטן די ריקודין קדישין אויפ'ן ניגון "וימלא משאלותינו במידה טובה ישועה ורחמים". דער רבי איז געטאנצט מיט אן אש קודש, און דערנאך געטאנצט מיט'ן חתן און א גרויסן רינג מיט די גאנצע משפחת המלוכה. דער רבי איז צוריק ארויף אויפ'ן אויבן אן און מיטגעהאלטן די ריקודים פון אלע אנדערע זיידעס און מחותנים. נאכ'ן פארענדיגן די שמחה איז דער גאנצער עולם אדורך וואונטשן מזל טוב ביים רבין וועלכע האט יעדן צוריקגעוונטשן מיט א מאור פנים.


עס איז שוין געווען נאך 3:00 פארטאגס ווען דער רבי האט ממשיך געווען זיין הייליגע עבודה פון ברכת המזון וואס האט זיך פארצויגן ביז פינף אזייגער פארטאגס, און דערנאך זיך אומגעקערט למעון קדשו אין בית וגן.



bottom of page