שנת היובל: פופציגסטע הילולא קדישא פון הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זי"ע בצל נכדו האד' מאמשינוב
- 18 במאי
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' נשא א' • ב' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער,JDN
מיט רגשי קודש האבן חסידי אמשינוב בכל מקומות מושבותיהם אפגעצייכנט דעם יומא דהילולא קדישא פונעם מנהיג העדה הקדושה, הרה"ק רבי ירחמיאל יהודה מאיר מאמשינוב זצ"ל, וועלכע איז דאס יאר געפראוועט געווארן מיט א באזונדערע געהויבנקייט אפצייכנדיג דעם "שנת היובל", פופציג יאר זינט די הסתלקות ביום כ"ז אייר תשל"ו.
ליל שישי ארום 4:00 אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען צום היכל הטישן, וואו דער רבי האט מעריך געווען דעם שולחן הטהור וסעודת ההילולא וואס האט זיך פארצויגן לענגערע שעות נאכאנאנד ביז 9:00 אינדערפרי.
פרייטאג ערב שבת אום 6:15 נאכמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויף צום הר המנוחות אשר שם חלקת מחוקק ספון באגלייט מיט א גרויסן ציבור חסידים, דער רבי האט צוערשט אנגעצינדן די ליכט, און מתפלל געווען א תפילה חרישית אויסצובעטן ישועות פארן כלל און פרט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט דעם סדר מזמורי תהילים און קדיש מיט גרויס התעוררות. מחמת קוצר הזמן זייענדיג שוין נאנט צום שקיעה איז מען נישט דורך מיט הזכרות.
געציילטע מינוטן פארן שקיעה האט דער רבי פארלאזט הר המנוחות אויפן וועג צוריק למעון קדשו, ביי דיי שקיעה איז דער רבי ארויס פון קאר און אריינגעוואקט צופיסנס ביז ביתו נאווה קודש אין שכונת בית וגן.













תגובות