געהויבענער שבת שבת שמחה אין אמשינובער הויף אין בית וגן
- לפני 7 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א געהויבענעם שבת של שמחה איז געפראוועט געווארן דעם שבת ביים שבת שבע ברכות בחצרות בית אמשינוב פון החתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, בצילא קדישא אינעם אמשינובער הויף אין שכונת בית וגן.
די ערשטע טייל פונעם שבת איז געפראוועט געווארן דורך די משפחה אין א לאקאלע זאל וואו מען האט לענגערע שעות פארברענגט בראשות פונעם מחותן האדמו"ר מאמשינאוו בית שמש אויף א געהויבענעם שטייגער.
דער הויכפונקט פונעם שבת איז געווען די שעות ארוכות פון דביקות והתעלות פון ווען דער אמשינובער רבי איז ערשינען צווישן דעם עולם. שבת נאכמיטאג נאך די שקיעה איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף קריאת התורה אינעם גרויסן היכל אויפן דאך פונעם אמשינובער בית מדרש.
מען האט אנגעהויבן פתיחת הארון און קריאת התורה וואס האט זיך פארצויגן מיט א געוואלדיגע התעוררות, און ספעציעל האט זיך דערקענט די פייערדיגע קאך ביים רבי'ן, ביים ליינען די קריאה איבער די מעלות פון ארץ ישראל און פרשת היראה.
תיכף נאך קריאת התורה איז דער רבי שליט"א ארויף צום בימה, אנגעהויבן "שלום עליכם", און דערנאך מקדש געווען על היין בקול חוצב להבות אש וואס האט אפגעדונערט אינעם גאנצן ארום. דער רבי שליט"א האט זיך מזרז געווען כדי זיך צו קענען וואשן צום סעודת שבת פארן זמן פון רבינו תם. גלייך נאך קידוש האט דער רבי טועם געווען בראנפין און מזונות כנהוג און זיך תיכף געוואשן צום סעודת ליל שבת קודש.
במשך די סעודה האט מען געזינגען די זמירות פון ליל שבת, און נאך די פיש האט מען ממשיך געווען מיט פרייליכע ניגונים לכבוד שמחת חתן וכלה בשעת דער גאנצער ציבור טאנצט מיט מיט גרויס עקסטאז. דערנאך האט דער רבי געשמועסט א לענגערע צייט מיט מחותנו וש"ב כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א בעניני תורה וחסידות.
דורכאויס דעם טיש ערשינען כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, וועם דער רבי שליט"א האט אויפגענומען ביותרת הכבוד.
שפעטער נאכן זאגן לחיים און אויפגעבן די מאכלים האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א טאנץ. דער רבי שליט"א איז געטאנצן מיטן חתן, און דערנאך אריינגענומען אינעם רינג דעם מחותן כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א און די פעטערס הרבנים קליין מווארשרעהלי, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א אויפגעשטעלט צום אמירת לחיים וואס האט געדויערט א לענגערע וויילע ביז אלע חסידים זענען דורך דעם רבי'ן.
שפעטער האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברי אלוקים חיים פאר א לענגערע צייט מעניני הפרשה פרשת ערב, און נאך די תורה האט מען אריינגעברענגט פירות. דערנאך האט דער רבי מכבד געווען עטליכע חסידים צו זינגען די ניגונים וואס מען פירט זיך צו זינגען ביי הילולא דצדיקאי, זייענדיג משלב די שמחה מיטן יארצייט פונעם עלטער זיידן הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינאוו זי"ע אריינטרעטנדיג אינעם ליל ההילולא י"ט אב. דערביי האט דער רבי שליט"א געזאגט נאך א תורה במשנתו הטהורה פונעם בעל הילולא זי"ע אויף די קומענדיגע סדרה - פרשת ראה.
מיט ברכת המזון על הכוס האט מען מכבד געווען דער מחותן כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א, און מיט די שבע ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה. דער רבי שליט"א האט געזאגט ברכה אחריתא און ביים ארויסגיין האט דער רבי געוואונטשן א גוטן שבת פארן גאנצן ציבור. עס איז שוין געווען ארום 4:30 פארטאגס, נאך קרוב צו זיבן שעה פון עבודת הקודש, ווען דער רבי שליט"א איז צוריק אהיים לביתו נאווה קודש.







