top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב אויסגעפאסט היינט פארטאגס נאך גאנצע 56 שעה פונעם תענית יום הכיפורים

לפני שעה (1)
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

היינט באישון ליל ארום דריי אזייגער פארטאגס האט כ''ק אדמו"ר מאמשינוב שליט''א געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט נאך גאנצע זעקס און פופציג שעה פונעם תענית יום הכיפורים. שפעטער אין טאג וועט דער רבי שלייט"א אריינקומען צום טיש פון מוצאי יום טוב, אינעם היכל השולחנות אין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגענט.


ווי יאר יערליך האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן א לאנג פארצויגענע עבודה למעלה מהשגת אנוש דורכאויס די טעג ארום יום הכיפורים. אנגעהויבן ליל יום הקדוש קורצליך פארן שקיעה ווען דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה המפסקת בביתו נאוה קודש. שפעטער אום 1:30 אויפדערנאכט איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד זייענדיג פארקאכט אין א העכערע דביקות.


דער רבי שליט"א האט כנהוג ארומגענומען דעם ביהמ"ד מיטן ספר תורה און אויסגעשריגן דעם פסוק אור זרוע לצדיק מיט א קול חוצב. כל נדרי און מעריב האט זיך פארצויגן לענגערע שעה'ן נאכאנאנד ביז אין די פריע פארטאגס שעות ווען מען האט פארענדיגט די שיר הייחוד און די חסידים זענען דורך וואונטשן דעם רבי'ן א גוט יום טוב.


נאכן דאווענען האט דער רבי שליט"א פארגעלערנט א שיעור משניות אינעם דריטן פרק פון מסכת יומא, דער שיעור האט זיך פארצויגן גאנצע צוויי שעה, וואו דער רבי איז מיט א געוואלדיגע קלארקייט איבערגעגאנגען דעם סדר עבודת כהן גדול אום יום הכיפורים.


דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויס אויף א הפסקה פון עטליכע שעה און ארום 2:30 מיטאג איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו קריאת התורה, וואו ער האט עולה געווען און מיטגעהאלטן ווייטער דאס דאווענען ביז מען האט געענדיגט נעילה, די רבי האט זיך דאן געשטעלט שמונה עשרה פון מוסף און איז געשטאנען אויף די פיס ביז די פריע פארטאגס שעהן און ממשיך געווען זיין הימלישער עבודת היום אין די נאכפאלגנדע מעת לעת ווען דער רבי האט ווייטער געפאסט מיט די הילף פון אינפוזיע, ביז די נאכט ווען די רבי האט געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט פונעם תענית.

תגובות


bottom of page