וילכו שניהם יחדיו: האחים האדמו"רים מקארלין סטאלין און לוצק וועלן אנקומען קיין לאנדאן לרגל א משפחה שמחה
מוצאי שב"ק פרשת חיי שרה • כ"ז חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

תושבי לאנדאן וועלן די וואך מקבל פנים זיין צוויי געהויבענע געסט, די ברידער כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א און כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א, וועלכע וועלן אנקומען אויף א קורצן באזוך אין שטאט לרגל א משפחה שמחה.
די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן, יונגסטן קינד ביי זייער שוואגער הגה"צ ר' יעקב ברוך לעדערייך שליט"א, אבד"ק קארלין סטאלין אין בארא פארק, מיט די כלה, א טאכטער פון הרה"ג ר' צבי שרייבער שליט"א רב ביהמ"ד חתם סופר אין לאנדאן. די חתונה קומט פאר דעם קומענדיגן דינסטאג תולדות אין די דעקוריום זאל אין שטאט, און לכבוד די שמחה וועלן די צוויי שוואגערס, האדמו"רים שליט"א, ארויספארן קיין לאנדאן צו באשיינען די שמחה.
כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט אנקומען בשערי העיר מאנטאג דורכאויס'ן טאג, וואו דער רבי שליט"א וועט פארוויילן די נאכפאלגנדע טעג. דער רבינס אכסניא וועט זיין אין שטוב פון הנגיד החסיד ר' יעקב מאיר דרייפוס הי"ו מחשובי קארלין סטאלין אין שטאט, און אין לויף פונעם קורצן באזוך וועט דער רבי שליט"א אויפנעמען די חסידים לעצה ולברכה און אויך אפרעכטן א סעודת ראש חודש אינעם קארלין סטאלינער בית המדרש אין שטאט.
באזונדער וועט כ"ק אדמו"ר מלוצק שליט"א אנקומען אויף א באזוך פון עטליכע טעג אין שטאט, וואס וועט זיין א געלעגנהייט פאר די פילע תושבי העיר, חסידים און מעריצים ההולכים לאורו, נהנה צו זיין עצה ותושיה ולהסתופף בצל הקודש בזמן שהצדיק בעיר.
אויף שבת וועלן די ברידער האדמו"רים שליט"א זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, לכבוד די יארצייט פון די מוטער ע"ה, אמא של מלכות, טאכטער פון הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע, וואס געפאלט אויס בעצם יום השבת.






תגובות