top of page
שמחת בית קארלין סטאלין וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן וועט פארקומען אין ארה"ק צוליב גיוס-פלאנטער
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש חסידי קארלין-סטאלין זענען איבערראשנד נתבשר געווארן איבער א שינוי מקום פון די בעפארשטייענדע חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן, און וועט אנשטאט פארקומען אין ארץ ישראל, אין ביהמ"ד הגדול קארלין אין גבעת זאב צוליב דעם וואס דער חתן קען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל צוליב'ן שווערן גזירת הגיוס. דער חתן איז אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, זון פון זיין איידעם א זון


האדמור"ים מקארלין סטאלין און מאחנובקא בעלזא באזוכן ביי האד' מנאראל לרגל השמחה במעונו
מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט''א וואס איז היינט אנגעקומען קיין בני ברק לרגל די שמחה בבית אחיו כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א האט צווישן די חופה און די חתונה אפגעשטאט א באזוך ביי מחותנו כ''ק האדמו''ר מנאראל שליט''א, בבית מדרשו אין בני ברק, צו וואונטשן מזל טוב לכבוד די מארגנ'דיגע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל בן אחר בן ביים נאראלער רבי'ן. אויך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט דעם פארגאנגענעם מיטוואך נאכט ליל ערב יום טוב אפגעשט


דעטרויט: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען קיין אמעריקא צום הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי קארלין סטאלין אפצורעכטן די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש מפורסם רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטאג ו' אייר, כמידי שנה בשנה וועט כ"ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט"א קומען צו פארן קיין אמעריקא אין פראווען די הילולא פונעם פעטער - וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות - במקום מנוחת קדשו אין דער שטאט דעטרויט, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער גרעי


אכסניא של שמחה: האד' מקארלין סטאלין ווערט אויפגענומען בכבוד והערצה ביי חתונה בחצר תולדות אברהם יצחק בבית מדרשו
מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שוקי לרר מיט גרויס כבוד און הערצה האט מען היינט ביי די חתונה הגדולה בשמחת בית תולדות אברהם יצחק אין גבעת זאב, ענטפאנגען די בעל האכסניא פון די שמחה כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט ווי ברייט באריכטעט באוויליגט צוצושטעלן דער אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אלס אכסניא פאר די חתונה, נאכדעם וואס עס איז נישט געווען שייך אפצורעכטן די חתונה אינעם געפלאנטן זאל, צוליב די מלחמה אומשטענדן אין ארץ ישרא


bottom of page
