עלבון התורה: האד' מקארלין סטאלין ווערט נאכגעשריגן און באווארפן מיט חוצפה דורך יחידים משולי המחנה
- Bechatzros admin
- לפני 4 שעות
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

מיט שאק איז אויפגענומען געווארן ביים יהדות החרדית, די אומדערהערטבארע בזיון כבוד התורה וחילול שם שמים וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אויף די גאסן פון ירושלים, ווען געוויסע עלעמענטן משולי המחנה האבן גענומען די חוצפה, מבזה צו זיין כבודו הרם פון אחד מגדולי מנהיגי היהדות החרדית כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א.
שוין א לענגערע צייט וואס אזוי גערופענע קנאים לאזן זיך הערן מיט ביליגע לשונות של גנאי אקעגן דעם קארלין סטאלינער רבי שליט"א, און ספעציעל ווען דער רבי קומט קיין ירושלים אויף זיינע אפטע באזוכן אין זיין ביהמ"ד אויף רחוב אבינועם ילין אין ירושלים, נוצן זיי אויס די געלענהייטן נאכצושרייען דעם רבי'ן און אנזייען א כאאס.
היינט פארמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין ירושלים, לכבוד א ברית ביי איינער פון די חסידים. אויפן ארט איז אנשטאנען א מהומה, נאכדעם וואס די זעלבע גרופע משולי המחנה האבן גענומען די עזות און געהויבן די טענער קעגן דעם רבי'ן און פרובירט אנזייען פראוועקאציעס מיטן באווארפן און שעדיגן דעם רבינס אויטא. דער רבי שליט"א האט כדרכו געהייסן איבערגעבן אז מ'זאל נישט צוריק ענפערן און חלילה נישט הייבן קיין הענט וכדומה.


