"הייבן הענט איז נישט אונזער דרך" – שארפע ארויסטריט פון האד' מקארלין סטאלין נאך נעכטיגע מהומות אין ירושלים
- לפני 15 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • ו' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

דברים כדרבונות זענען היינט געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך באצויגן צו די מהומות וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט אויף די גאסן פון ירושלים, פארנט פון ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אויף רחוב אבינועם ילין, וואו דער רבי שליט"א האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל.
שוין א לענגערע תקופה וואס געוויסע עלעמענטן משולי המחנה לאזן זיך הערן מיט ביליגע לשונות של גנאי אקעגן דעם קארלין סטאלינער רבי שליט"א, און ספעציעל ווען דער רבי קומט קיין ירושלים צו זיין ביהמ"ד אויף רחוב אבינועם ילין, נוצן זיי אויס די געלעגנהייט נאכצושרייען דעם רבי'ן און אנזייען מהומות, שאפנדיג א שרעקליכע חילול שם שמים ובזיון כבוד התורה.
נעכטן האט זיך דאס זעלבע איבערגעשפילט ווען געוויסע אנשי דלא מעלי האבן גענומען די עזות און געהויבן הויכע טענער קעגן דעם רבי'ן, פרובירנדיג אנצוזייען פראוואקאציעס און אפצוהאלטן דעם רבי'ן פון פארלאזן דעם ארט. דער מצב האט ליידער צוגעפירט צו פיזישע געשלעגן, נאכדעם וואס א גרופע חסידים זענען ארויסגעקומען מוחה זיין אויפן עלבון כבוד התורה, און עטליכע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט לייכטע וואונדן.
היינט אינדערפרי, גלייך נאך תפילת שחרית, האט זיך דער רבי שליט"א אויסגעדרייט צו די ארומיגע און משמיע געווען דברים חוצבים אמבאלאנגט די נעכטיגע פאסירונג. דער רבי האט אנגעהויבן מיט ווייטאג, אז עס איז ליידער געקומען צו א מצב וואס יעדעס מאל וואס ער קומט קיין ירושלים ווארט אים אפ אזא "קבלת פנים", און מען מוז זען וואס מען קען טון דאס אפצושטעלן כדי עס זאל זיך נישט נתדרדר ווערן צו ערגערע מצבים.
דער רבי האט אין זיינע ווערטער ארויסגעברענגט זיין הערכה פאר די חסידים וואס נעמען זיך אן פאר זיין כבוד, אבער אין די זעלבע צייט האט דער רבי קלארגעשטעלט אז הייבן הענט איז נישט אונזער דרך, און אויך קעגן די שווערסטע פראוואקאציעס מוזן מיר אנהאלטן אונזערע שטארקע יסודות איתנים, זיך נישט צו לאזן אנרייצן און חלילה נישט נאכגעשלעפט ווערן אין נקמה אקטן און שלעגערייען. מען דארף טאקע טרעפן א וועג ווי אזוי עס אפצושטעלן, אבער כח הזרוע איז זיכער נישט די דרך התורה, עכלה"ק.





תגובות