top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בכל עיר ועיר: האד' מקארלין סטאלין נעמט אונטער נייעם סדר פון קבלת קהל לקראת ימי הדין, ארומפארנדיג בכל ערי חסידיו

  • לפני 15 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' כי תבא • י''א אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט גרויס שמחה און פארלייכטערונג ווערט אויפגענומען ביי עדת חסידי קארלין סטאלין בכל רחבי ארה"ק, איבער דעם נייעם איינפיר דורכ'ן רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם ארומרייזן בטלטולא דגברא רבא איבער אלע שטעט אין ארץ ישראל אין אלע צענטערן פון חסידי קארלין סטאלין, און דארט אויפנעמען דעם ציבור להפקד בדבר ישועה ורחמים לקראת די ימי הרחמים והרצון.


דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטערע יארן האט זיך געשאפן אן אומדערהייבליכע אנלויפעניש במעון קדשו פונעם רבי'ן אין גבעת זאב אין ירושלים, וואו עס זענען געקומען צו פארן אלע חסידים הם ומשפחותיהם פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און מיט'ן ריבוי העם בליעה"ר האט דאס גורם געווען לאנגע שעה'ן ווארטעניש סיי פאר'ן ציבור וואס האט געווארט אריינצוגיין לכבוד די הייליגע טעג, און סיי פאר'ן ציבור וואס איז געקומען אריינצוגיין אין די געווענליכע זמני כניסה.


כדי צו פארגרינגערן פאר'ן ציבור האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו צו טוישן דעם ביז-היינטיגן מהלך, און ארומרייזן בכל עיר ועיר אין אלע צענטערן פון חסידי קארלין סטאלין, מיט פון פאראויס-באשטימטע סדרי זמני קבלת קהל פאר יעדן מקום ומקום.


דער נייער סדר גייט אריין אין שוואונג מארגן דינסטאג, ווען דער רבי שליט"א וועט מופיע זיין בשערי עיר ביתר, וואס פארמאגט די מערסטע צאל חסידי קארלין סטאלין פון איבער אלע שטעט, און דארט אנהייבן אויפנעמען דעם ציבור מיט די משפחות.


דינסטאג נאכט וועט דער רבי אויפנעמען אין שכונת גבעת A, אין די בניני המוסדות אויף רחוב רבי עקיבא, און דאנערשטאג וועט דער רבי ווידעראמאל אנקומען אין ביתר, דאסמאל אויפצונעמען דעם ציבור אין שכונת גבעת B, אינעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד "בית חיים יעקב" דחסידי קארלין סטאלין, וואס איז דעם פארלאפענעם שבת באנייט געווארן.


אויף דעם שבת וועט דער רבי זיך אויפהאלטן אין שטאט טבריה, און נאך שבת וועט דארט דער רבי פארבלייבן אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר, סיי אינעם נייעם געגנט און סיי אין עיר העתיקה.


נאך שבת וועט דער רבי ממשיך זיין מיט די נסיעות ברחבי הארץ, און וועט אנקומען במשך די וואך אין מודיעין עילית, און נאך שטעט, אויפצונעמען די חסידים וואס וועלן האבן די זכי' מקבל צו זיין ברכת קדשו צום נייעם יאר.

תגובות


bottom of page