top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האדמור"ים מקארלין סטאלין און מאחנובקא בעלזא באזוכן ביי האד' מנאראל לרגל השמחה במעונו

  • לפני 13 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

מאנטאג פ' נשא ב' • ט' סיון תשפ"ו | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט''א וואס איז היינט אנגעקומען קיין בני ברק לרגל די שמחה בבית אחיו כ''ק האדמו''ר מלויצק שליט''א האט צווישן די חופה און די חתונה אפגעשטאט א באזוך ביי מחותנו כ''ק האדמו''ר מנאראל שליט''א, בבית מדרשו אין בני ברק, צו וואונטשן מזל טוב לכבוד די מארגנ'דיגע חתונה פונעם ערשטן אור אייניקל בן אחר בן ביים נאראלער רבי'ן.


אויך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט דעם פארגאנגענעם מיטוואך נאכט ליל ערב יום טוב אפגעשטאט א באזוך ביים נאראלער רבי'ן צו וואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה, נאכדעם וואס דער רבי וועט זיך נישט קענען משתתף זיין ביי די חתונה צוליב וואס ער זעלבסט מאכט מארגן חתונה אן אייניקל. די אדמור"ים האבן א לענגערע וויילע ארומגעשמועסט זכרונות פון הרה"ק מסקווירא זי''ע און די מחברתו הטהורה די סקווירא רעבעצין ע"ה, דערנאך האט מען געטרינקען לחיים און זיך אויפגעשטעלט אויף א רקידה של שמחה.



bottom of page