top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיק בעיר: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען אויף קורצן באזוך קיין ניו יארק

  • sfbechatzros
  • לפני 19 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' תולדות • ב' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא זענען מלאים התרגשות זיך גרייטנדיג לקבל פני הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער איז ערווארטעט די וואך אויף א קורצן באזוך אין ניו יארק, לחזק עדת צאן מרעיתו מעבר לים.


די רבי שליט"א וועט אנקומען צוגאסט קיין ניו יארק דעם דינסטאג ויצא פארמיטאג און וועט זיך אויפהאלטן אין בארא פארק די נאכפאלגנדע צוויי טעג. דורכאויס דעם קורצן באזוך וועט די רבי מתפלל זיין על קברו פון זיין פאטער הרה"ח המפואר ר' עזרא יעקב שוחט ז"ל וועמענס יארצייט איז אויסגעפאלן דעם יום טוב סוכות, כמנהגו יעדעס יאר משלים צו זיין דעם עלייה לציון אין די וואכן נאכן יארצייט.


די רבי שליט"א וועט דערביי אויסנוצן די געלעגנהייט און באזוכן די מוסדות התורה והחינוך דחסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק, ווי אויך וועט זיין זמני כניסה בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן אין שטאט, און באזונדער וועט די רבי באזוכן די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד הגדול והחדש קארלין סטאלין בארא פארק וועלכער רוקט זיך פאראויס מיט שנעלע אימפעט זינט די רבי שליט"א האט געלייגט דעם אבן הפינה מיט א יאר צוריק.


די וואך מאנטאג איידער די רבי וועט זיך ארויסלאזן אין וועג קיין אמעריקא וועט ער אנקומען קיין טבריה צום ציון פון אמו הרבנית ע"ה לכבוד די יארצייט וואס געפאלט אויס בו ביום, ומנותה כבוד אויפן בית החיים העתיק אין טבריה נעבן איר פאטער הרה"ק רבי יוחנן מקארלין סטאלין זי"ע.

bottom of page