top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מזמור שיר חנוכת הבית: מעמד לחיים און קביעת מזוזות פון נייע ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין אין בני ברק

  • לפני 55 דקות
  • זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נצבים וילך • י"ז אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

פארלאפענעם מיטוואך נאכמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א אנגעקומען קיין בני ברק לכבוד דעם מעמד חנוכת הבית פון די נייע איבערגעבויטע בית המדרש דחסידי קארלין סטאלין אין שטאט, און אויפצונעמען די חסידים תושבי העיר בפרוס ימי הרחמים והרצון.


ביים אנקומען אין שטאט איז דער רבי שליט"א צוערשט צוגעפארן צו דער מאחנובקא-בעלזא הויף, וואו ער האט זיך משתתף געווען ביי די מעמד החופה פונעם ערשטן אור-אייניקל בשאר בשרו כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.


דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צו בית מדרשו אויף רחוב חבקוק, וואס איז אין די פארגאנגענע חדשים אריבער א פולקאמע רענאוואציע און איבערפרישונג לפאר ולרומם בית ה'. דער רבי שליט"א האט דארט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט שער הבית המדרש, און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים ביי וועלכן ער האט משמיע געווען קורצע דברות קודש אלס א הכנה צו די הייליגע טעג הממשמשים ובאים.


דערנאך זענען די חסידים דורך וואונטשן לחיים, און דאן האט זיך אנגעהויבן דער סדר קבלת קהל, וואו די חסידים זענען אריין איינציגווייז מיט קוויטלעך לברך ולהתברך בברכות השנים.


א שבת פריער האט דעם רבי'נס זון הרה"צ רבי אשר שוחט שליט"א, רב דחסידי קארלין סטאלין אין טבריה, געוויילט אין עיר התורה והחסידות בני ברק, לרגל די פתיחת השערים פונעם בית המדרש. ער האט דארט אפגעראכטן דעם גאנצן סידורו של שבת, אריינגערעכנט די תפילות, די שבת אחים פרייטאג צונאכטס, און די שלש סעודות בעת רעוא דרעוין, ביי וועלכע ער האט משמיע געווען דברי תורה וחיזוק פאר די חסידים.




תגובות


bottom of page