top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נפטר געווארן הרבנית שטיינווארצל ע"ה אלמנת רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל און בזווג"ש אשת כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל

לפני 18 שעות
זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך חול המועד סוכות • י"ט תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

פון ניו יארק קומט די טרויעריגע בשורה איבער די פטירה פון די הרבנית הצדקנית הישישה, מרת רבקה שטיינווארצל ע"ה, אלמנת הגה"צ רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל ראש ישיבת באבוב, בזיווג שני מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר מביאלא זצוק"ל בעל מבשר טוב, און שוויגער פון יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וואס איז די נאכט נפטר געווארן בשיבה טובה אין די מיימאנידיס שפיטאל אין בארא פארק, זייענדיג אין עלטער פון 91 יאר.

די נפטרת ע"ה איז געבוירן געווארן אין ניו יארק צו איר פאטער הרה"ח רבי נפתלי הערץ ניצליך ז"ל. בהגיעה לפרקה האט זי חתונה געהאט מיט איר חשובן מאן, הגה"צ המפורסם רבי משה דוד שטיינווארצל זצ"ל, ראש ישיבת באבוב און רב ק"ק בית אפרים אין פלעטבוש וואס איז געווען א מיוחס בן אחר בן צום בעל "מטה אפרים" הגאון האדיר רבי אפרים זלמן מרגליות זצוק"ל. במשך צענדליגער יארן איז זי געשטאנען במסירות נפש לימינו אין זיין הרבצת התורה אין דער ישיבה און בהנהגת הקהילה. 

נאך זיין פריצייטיגע פטירה בשנת תשנ"א, האט די רעבעציןם זוכה געווען צו חתונה האבן צו כ"ק אדמו"ר מביאלא זצ"ל בזיוו"ש נאך וואס דער רבי איז נתאלמן געווארן פון זיין אשת נעורים, און זינט דאן איז זי געווען א ריכטיגע עזר כנגדו בקודש גאנצע אכצן יאר, אים צו באגלייטן און שטיין לימין קדשו מיט א מורא'דיגע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט עד זיבולא בתרייתא.  

באזונדער איז די רעביצין ע"ה געווען באקאנט מיט אירע פעולות פון צדקה וחסד, זייענדיג א זעלטענע בעלת צדקה ולב טוב.

ליידער איז די רעביצין פארשלאפן געווארן אין די לעצטע יארן מיט שווערע יסורים, און זי האט זיך געפונען ביי אירע קינדער און אמעריקא, וועלכע האבן זיך געטריי אפגעגעבן מיט איר ביז די נאכט ווען זי האט צוריקגעגעבן נשמתה ליוצרה אין טיפן עלטער פון 91 יאר, לדאבון לב כל משפחתה ומכירה און ספעציעל חסידי קארלין סטאלין און ביאלא וועלכע באוויינען די אבידה.


די רעבעצין האט זוכה געווען איבערלאזן א הערליכע דור, גאר חשובע קינדער אדמורי"ם רבנים, ראשי ישיבות ומרביצי תורה, אויך אין די קומענדיגע דור פון די אייניקלעך האט זי זוכה געווען צו זעהן ממשיכי שלשלת הקודש, גאר חשובע מרביצי תורה וראשי ישיבות, מנהיגי קהילות קדושות בישראל.

מיט צוויי יאר צוריק האט זי באגלייט למנוחות איר באליבטער זון הרה"ג רבי אפרים זלמן שטיינווארצל זצ"ל. די אנדערע קינדער זענען הגה"צ רבי יצחק שטיינווארצל שליט"א אבד"ק בית אפרים פלעטבוש, הגה"צ רבי אברהם חיים שליט"א אבד"ק מטה אפרים וראש ישיבת שערי יושר, הרה"ג ר' ישראל שליט"א מרביץ תורה אין מאנסי, הרה"ג ר' נפתלי שליט"א אבד"ק תפילה לדוד עירמאנט, און די איידעמער הגה"צ אבד"ק טענקא פלעטבוש שליט"א, כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, הגה"צ אבד"ק הארנחסטייפל לעיקוואד שליט"א, הגאון רבי יצחק זלמן גיפס שליט"א אבד"ק בית אברהם ב"פ, און נאך.

די לויה איז ארויס היינט מיטוואך ד' דחוה"מ סוכות, פון בית המדרש "בית אפרים", וואס איז געגרינדעט געווארן דורך איר מאן דער באבובער ראש הישיבה זצ"ל, אויף 2802 Ave. J אין פלעטבוש, און דערנאך איז די מיטה אפגעפירט ווערן קיין ארה"ק וואו מען וועט מארגן דאנערשטאג באגלייטן די חשובע נפטרת לקבורה, ביי די לוויה וואס וועט זיך אנהייבן ביים ביהמ"ד הגדול ביאלא אין ירושלים און וועט ממשיך זיין דורך ביהמ"ד הגדוך קארלין סטאלין אין ירושלים, אויפן וועג צום הר המנוחות.

תהא נשמתה צרורה בצרור החיים.



תגובות


bottom of page