top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לא זו הדרך: האד' מקארלין סטאלין ארויס מיט שארפע דברי מחאה קעגן אומ'אחריות'דיגע מחאות אין בני ברק

  • לפני 9 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' תרומה • א' אדר | בחצרות הקודש

שארפע דברי מחאה איז נעכטן געהערט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א ארויסטרעטנדיג קעגן די ווילדע אומ'אחריות'דיגע ראיאטן וואס קומט פאר אין בני ברק ביי מחאות די וואך.


די דברי מחאה איז געהערט געווארן דורכאויס די דברות קודש פונעם רבי'ן דורכן טעלעפאן לכבוד ר"ח אדר, זיך באציענדיג צו דאס וואס האט פאסירט די וואך אין בני ברק, ווען די מחאות זענען ארויס מגדר אנושי.


דער רבי האט באטאנט אז כלל ישראל איז במשך אלע דורות אריבער צרות און שווערע תקופות, און מ'האט קיינמאל נישט געהערט אזא זאך צו גיין קעגן שו"ע און מזיק זיין און פארברענען נכסים פון אנדערע.


מיט ווייטאג האט דער רבי געפרעגט "ווער האט מתיר געווען צו פארברענען נכסים, נישט קיין מיסט-קאסטענס און נישט קיין אנדערע כלים, אונז האמיר א תורה, און די תורה איז פאר אלעם".


דער רבי האט ממשיך געווען אז נישט נאר מזיק זיין איז אסור, נאר אויך פארשליסן שאסייען און אפהאלטן דעם רבים פון אנקומען וואו זיי דארפן, וואס רעכנט אריין פעלער פון פיקוח נפש, מ'איז גורם אן עגמת נפש פאר'ן רבים וואס קיינער האט נישט מתיר געווען.


באזונדער האט זיך דער רבי באצויגן מיט גרויס ווייטאג צו דעם וואס האט ליידער פאסירט, אז ס'איז דורכאויס די פראטעסטן פארברענט געווארן א תפילין מיט א סידור, רח"ל, דער רבי האט אויסגעשריגן "אויב וואלט דאס פאסירט סיי וואו ערגעץ אנדערש איבער די וועלט וואלט די אידישע וועלט אויפגעטרייסלט, וואס האט פאסירט מיט אונז? זענען מיר עפעס אינגאנצן משוגע געווארן? וואו איז אונזער אידישער הרגש?"


דער רבי האט אויסגעפירט אז דאס מוז זיך אפשטעלן און מ'דארף זיך גוט בארעכענען וואס איז דער רצון ה', און וואס וויל דער אויבערשטער פון אונז אין יעדן מצב, און מאכן א קידוש ה' מיט אלע אונזערע מעשים, און נישט דאס פארקערטע.



bottom of page