top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת בית קארלין סטאלין וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן וועט פארקומען אין ארה"ק צוליב גיוס-פלאנטער

  • לפני 25 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' מטות מסעי • כ''א תמוז תשפ"ו | בחצרות הקודש

חסידי קארלין-סטאלין זענען איבערראשנד נתבשר געווארן איבער א שינוי מקום פון די בעפארשטייענדע חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט געזאלט פארקומען אין אנטווערפן, און וועט אנשטאט פארקומען אין ארץ ישראל, אין ביהמ"ד הגדול קארלין אין גבעת זאב צוליב דעם וואס דער חתן קען נישט ארויספארן פון ארץ ישראל צוליב'ן שווערן גזירת הגיוס.


דער חתן איז אן אייניקל פונעם רבי'ן שליט"א, זון פון זיין איידעם א זון פון הרה"צ ר' משה וויליגער שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' אברהם יהושע העשיל גאלדמאן שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק זוועהיל בני ברק שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמואל לוריא שליט"א דומ"ץ וויזניץ אנטווערפן.


עס איז שוין געמאכט געווארן אלע נויטיגע הכנות פאר די חתונה הגדולה וואס האט געזאלט פארקומען אנהייב חודש אלול אין אנטווערפן, מקום מגוריו פון צד הכלה, אבער אלעס איז צונישט געווארן נאכדעם וואס דער חתן וואס האט געלערנט אין אמעריקע, אהיימקומענדיג אצינד קיין ארץ ישראל זיך צו גרייטן אויף די חתונה, האט זיך דערזען מיט א בלאקאדע ארויסצופארן פון לאנד צוליב די רשעות'דיגע גיוס געזעצן וואס איז ליידער פארשארפט געווארן די לעצטערע תקופה.


טראץ אלע באמיאונגען פון די עסקנים צו ערלעדיגן א פטור פאר'ן חתן, און פאר זיינע ברידער צוגלייך, וואס ספראווען זיך מיט ענליכע שוועריקייטן צו קענען ארויספארן פון לאנד, איז נישט געלונגען צו ערלעדיגן פאר זיי א פטור, דעריבער האט מען געמוזט דורכפירן א שנעלע טויש אין אלע פלענער, און די חתונה הגדולה וועט פארקומען במעונו פונעם רבי'ן שליט"א אין ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אין גבעת זאב אין ירושלים, וואס וועט פארקומען ברון שיר ושבח במקהלות אלפי החסידים דעם קומענדיגן דינסטאג כי תצא, ה' אלול בשעטומ"צ.


צוגלייך איז אפגערופן געווארן די געפלאנטע גרויסארטיגע שבת באווארפן, וואס האט געזאלט פארקומען אויף א גרעסערן פארנעם צוויי שבתים פאר די חתונה, ווען ס'האט געהייסן אז די חתונה וועט פארקומען אין אנטווערפן, און די באווארפן אינעם שבת פאר די חתונה וועט שוין פארקומען אין אנטווערפן, אבער אצינד אז די חתונה קומט פאר אין ארץ ישראל, וועט די שבת באווארפן פארקומען ווי געווענליך א שבת פאר די חתונה בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א.

תגובות


bottom of page