top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות אין קארלין סטאלין: קומענדיגער חתונה בחצר הקודש וועט צום ערשטן מאל געפראוועט ווערן אין ביהמ"ד הגדול

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

מאנטאג פ' וישלח • י''א כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בחצר הקודש קארלין סטאלין גרייט מען זיך מיט געהויבענע געפילן צום שמחה אינעם רבינס הויף ווען עס וועט צום ערשטן מאל בקורות ימי החסידות געפראוועט ווערן א חתונה אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש קארלין סטאלין אין קרית מלך רב, גבעת זאב.


די רעדע איז פון די חתונה פונעם חתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, א זון פון זיין איידעם הרה"צ ר' משה וויליגער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר"ם במתיבתא תורה ודעת, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ ר' שלמה גאלדמאן שליט"א ראש כולל יד אליעזר מעליץ, זון פון הגה"צ ר' שמואל גאלדמאן שליט"א מזוועהיל פון שיכון סקווירא, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ טארנא זצ"ל.


די שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן דעם קומעדיגן מאנטאג וישב אין די נאכט צווישן ח"י און י"ט כסליו, וואס איז ווי באקאנט א יומי דפגרא אין קארלין, ווען עס געפאלט די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי ברוך ממעזיבוז זי"ע רבו מובהק פון הרה"ק רבי אשר סטאלינער זי"ע און א טאג דערויף י"ט כסליו די הילולא קדישא פונעם הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע רבו מובהק פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין זי"ע.


די גרויסע שמחה ברענגט אויף גרויס התרגשות ביי חסידי קארלין סטאלין איבער די וועלט, ווען די חתונה וועט צום ערשטן מאל ווערן אפגעראכטן בתוככי בית המדרש הגדול דחסידי קארלין סטאלין אין גבעת זאב, וואס איז נישט לאנג צוריק פראכטפול פארענדיגט געווארן כלול בהדרו לשמחת לב די טויזענטער חסידים.


ביז היינט פלעגן די חתונות בחצר הקודש קארלין סטאלין פארקומען אין געדינגענע זאלן און סטעדיומס לענגאויס ארץ ישראל, און אצינד אנגעהויבן פון די יעצטיגער חתונה וועלן אפגעראכטן ווערן אלע שמחות אין הויף, בבית מדרשו של רבי אין גבעת זאב.


מיט באזונדערע ערווארטונג גרייט מען זיך מיטצולעבן די שבת עלייה לתורה דעם שב"ק פרשת וישלח אין ירושלים, וואו מען וועט דערביי האבן די זכיה אז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועט פראווען א גרויסער שבת בקרתא דשופריא אין עיה"ק ירושלים לרגל די שבת של שמחה במעונו.


א גרויסע שאטער ווערט אויפגעשטעלט פאר די עריכות השולחנות אין חצר פון ביהמ"ד אויף רחוב אבינועם ילין, צו קענען אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים און פילע געסט פון אלע שטעט וועלכע זענען ערווארטעט מיטצוהאלטן די שבת של שמחה, און אסאך כוחות ווערט אריינגעלייגט דורך די עסקנים אויסצוארבעטן אלע דעטאלן פונעם שבת אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם.


ree

bottom of page