top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

לכו והתפרנסו: ערשטמאליגע פרנסה עקספאו אפגעהאלטן מיט סוקסעס דורך חסידי קארלין סטאלין

  • Bechatzros admin
  • 7 בינו׳
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' שמות • י"ח טבת | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מיט די העכסטע מאס הצלחה איז פארלאפענע וואך דאנערשטאג אפגעהאלטן געווארן די ערשטמאליגע ביזנעס עקספא, ארגאניזירט דורך מוסדות קארלין סטאלין, דער עקספא איז געווען געווידמעט און ספעציעל צוגעשטעלט פאר די הונדערטער סוחרים און ביזנעס אייגנטומער פון די קארלין סטאלינער קהלה, וואס האבן געמאכט געלונגענע ביזנעס קאנטאקטן און ערפאלגרייכע דיעלס, זייענדיג מקיים דעם "לכו והתפרנסו זה מזה".


דער עקספא איז צושטאנד געקומען מיט'ן ברכת קדשו פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכע האט ארויסגעשיקט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א מיטצוהאלטן פון דכק נאנט די בליענדע ביזנעס וועלט פון די חברי הקהילה.


דער בניני האומה זאל איז געווארן פאכמאניש און מאיעסטעטיש אויסגעשטעלט, וואו איבער 150 ביזנעסער האבן אויפגעשטעלט טישלעך צו צייגן זייערע סערוויסעס אין אלע סארטן פעלדער פאר די טויזנטער פארזאמלטע, באזונדער איז געווען אן עקסטערע אפטיילונג דורך פינאנציעלע אינסטיטוציעס און ביזנעסער וועלכע האבן געגעבן ראט פארן ציבור וויאזוי צו באהאנדלען פינאנציעלע פראבלעמען און ערהאלטן די פארדינטע שטיצע פון רעגירונג פראגראמען.


עס איז געווען העכסט איינדרוקספול מיטצוהאלטן דעם הערליכן מחזה פון א היימישע עקספאו ווי אלע ביזנעסער ביי די טישלעך זענען געשטאנען מיטן פולן חסידישן לבוש פירנדיג די ביזנעס אויף א כשר'ן און איידעלן פארנעם. אין אן אפגעזונדערטער סעקשאן אינעם זאל איז געווען דעזיגנירט אן אייגנארטיגער ביהמ"ד, וואו אידן האבן במשך א גאנצן טאג אריינגעכאפט זייער קביעת עתים לתורה, און עס איז אויך געווען כסדר מניני תפילה דורכאויס דעם רוישיגן טאג.


אלס א טייל פונעם געוואלדיגן קידוש ה', האבן זיך באטייליגט פילע מיניסטארן און פאליטישע באאמטע וועלכע האבן אויסגעדרוקט גרויס באגייסטערונג אויף דעם פראדוקטיוון און נאבעלן וועג וויאזוי דער חסידישער ציבור טוט ביזנעס, ארויסנעמענדיג דעם פאזיטיוון פועל יוצא פונעם היימישן ערליכן חינוך.



תגובות


bottom of page