top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אכסניא של שמחה: האד' מקארלין סטאלין ווערט אויפגענומען בכבוד והערצה ביי חתונה בחצר תולדות אברהם יצחק בבית מדרשו

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' ויקהל פקודי • כ''ב אדר תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

מיט גרויס כבוד און הערצה האט מען היינט ביי די חתונה הגדולה בשמחת בית תולדות אברהם יצחק אין גבעת זאב, ענטפאנגען די בעל האכסניא פון די שמחה כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס האט ווי ברייט באריכטעט באוויליגט צוצושטעלן דער אונטערערדישע ביהמ"ד הגדול קארלין סטאלין אלס אכסניא פאר די חתונה, נאכדעם וואס עס איז נישט געווען שייך אפצורעכטן די חתונה אינעם געפלאנטן זאל, צוליב די מלחמה אומשטענדן אין ארץ ישראל.


דער קארלין סטאלינער רבי האט שוין אפגעווארט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ביים ערשיינען צו די שמחה, און ביידע רבי'ס זענען אינאיינעם אריינגעקומען אין ביהמ"ד לקול צהלה ורנה פון די חסידים.


האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט באדאנקט דעם רבי'ן וואס איז ארויס מגדרו צוצושטעלן די ביהמ"ד פאר די חתונה מיט אזא סבר פנים יפות, און געוואונטשן אז דאס פלאץ זאל שטענדיג זיין אן אכסניא של שמחה, און די רבי זאל זען נחת ביי זיינע קינדער און וכל הנלווים אליו. נאכן טועם זיין לחיים האט מען מכבד געווען דער קארלין סטאלינער רבי צו טאנצן מיטן חתן, און עס איז געשאפן געווארן א שיינעם מחול לצדיקים מיט די מחותנים און זיידעס.



תגובות


bottom of page