top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקארלין סטאלין געשטראנדעט איבער שבת אין קפריסין אין ליכט פון אנגעצויגענעם מלחמה צושטאנד אין ארה"ק

  • Bechatzros admin
  • 13 ביוני
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 16 ביוני

פרייטאג פ' בהעלתך • י''ז סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכער האט זיך די נאכט געפונען אין די לופטן על אם הדרך אהיים קיין ארץ ישראל, נאכן קורצן מסע הקודש קיין מאלינאוו אוקריינע לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע איז געבליבן געשטראנדעט איבער שבת אין אייראפע.


דעם רבינס עראפלאן האט זיך שוין געגרייט צו לאנדן אין ארץ ישראל און איז געוועהן געצווינגען זיך צוריק צו דרייען נאכדעם וואס מדינת ישראל האט דערקלערט א נאציאנאלע עמורדזשענסי פאר גאנץ ארץ ישראל, אין ליכט פון די באמבארדירונגען אין איראן.


דער פליגער האט דעריבער פארקירעוועט איר דעסטינאציע צום דערנעבנדיגער לופטפעלד אין קפריסין וואו דער רבי איז פארבליבן געשטראנדעט אן די מינימאלע געברויכן אויף שבת און בגדי שבת וכדומה.


די עסקנים האבן זיך באלד אריינגעלייגט צו באזארגן אלע צרכי שבת, און די הכנסת אורחים אין ליזענסק פולין האט ארויסגעשיקט א ריזן קוואנטום פון אלע מאכלי שבת פארן רבי'ן שליט"א און די בני המשפחה.

תגובות


bottom of page