דעטרויט: האד' מקארלין סטאלין וועט אנקומען קיין אמעריקא צום הילולא פון דודו הרה"ק רבי יעקב חיים מסטאלין זי"ע
- לפני שעתיים (2)
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' אחרי קדושים • ג' אייר תשפ"ו | בחצרות הקודש

ברגשי קודש גרייטן זיך חסידי קארלין סטאלין אפצורעכטן די הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש מפורסם רבי יעקב חיים מסטאלין זכר צדיק לברכה וואס געפאלט אויס דעם קומענדיגן דאנערשטאג ו' אייר, כמידי שנה בשנה וועט כ"ק האדמו''ר מקארלין סטאלין שליט"א קומען צו פארן קיין אמעריקא אין פראווען די הילולא פונעם פעטער - וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות - במקום מנוחת קדשו אין דער שטאט דעטרויט, אינאיינעם מיט הונדערטער חסידים פון איבער גרעיטאר ניו יארק וועלכע וועלן קומען מיטהאלטן דער יומא דהילולא בצל הקודש.
דער רבי שליט"א האט זיך היינט ארויסגעלאזט על אם הדרך קיין אמעריקא, מארגן דינסטאג צופרי אנקומענדיג אין ניו יארק וועט די רבי דאווענען שחרית אינעם צייטווייליגן ביהמ"ד דחסידי סטאלין קארלין אין בארא פארק. אין לויף פון דינסטאג און מיטוואך וועלן זיין זמני כניסה פאר די חסידים אריינצוגיין אל הקודש פנימה במעון הקודש פונעם רבי'ן אין בארא פארק.
מיטוואך נאכמיטאג וועט דער רבי פארזעצן די נסיעה מיט א פריוואטער פליגער קיין דעטרויט וואו ער וועט שפעטער ביינאכט מעריך זיין שולחנו הטהור און די סעודת הילולא אין א גרויסן זאל נישט ווייט אוועק פונעם ציון הק' אין דעטרויט. דאנערשטאג אינדערפרי נאכן דאווענען וועט די רבי פוקד זיין דעם ציון הק' בראש קהל חסידיו און שפעטער נאכמיטאג וועט זיך די רבי שליט"א ארויסלאזן אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארצינו הקדושה.





תגובות