top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בארא פארק גרייט זיך צו געהויבענעם שבת מיט האד' מקארלין סטאלין קומענדיגן שב"ק פ' שמות

  • Bechatzros admin
  • לפני 8 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

זונטאג פ' ויגש • א' טבת - ז' ד'חנוכה תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידי קארלין סטאלין אין אמעריקא גרייטן זיך בהכנה דרבה, מיטצוהאלטן ימי אורה בצל הקודש פון מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וואס וועט אנקומען אויף א געהויבענע ביקור חיזוק בקרב עדת צאן מרעיתו אין ניו יורק, דעם קומענדיגן פרשת שמות און וועט פראווענען א גרויסן שבת אין עיר ואם בישראל בארא פארק.


לויטן פלאן, וועט דער רבי אנקומען קיין ניו יורק מיטוואך שמות אינדערפרי, אין לויף פון מיטוואך און דאנרעשטאג וועלן זיין ספעציעלע זמני קבלת קהל פאר די חסידים פון איבער גרעיטער ניו יורק און ניו דזשערזי. שבת שמות וועט דער רבי פראווענען אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט בארא פארק, ווי עס איז ערווארטעט א מאסן שטראם פון הונדערטער חסידים וואס וועלן קומען צו פארן פון נאנט און פון ווייט, אריינגערעכענט מאנסי, לעיקוואוד און אויך די נייע סטאלינער ישוב אין האוועל, ניו דזשערזי וועלכע איז לעצטענס געגרינדעט געווארן.


אין די יעצטיגע טעג זענען די עסקנים אריינגעטוהן מיט די פיבערהאפטיגע הכנות צום געהויבענעם באזוך, און עס ווערן באטראכט פארשידענע אפציעס איבער גרעסערע זאלן אין שטאט, ווי די רבי שליט"א וועט פראווענען דעם סידורו של שבת. לויט די ערשטע פלענער, וועלן די תפילות און טישן פארקומען אין די זאלן פון די פאלאס, וועלכע איז פון די גרעסטע זאלן אין שטאט, און האט די מעגליכקייט אריינצונעמען די הונדערטער חסידים ואנשי מעשה וואס גרייטן זיך מיטצולעבן דעם שבת ביים רבי'ן. אזוי אויך איז געעפענט די געווארן די רעגיסטראציע דורכן וועד הכנסת אורחים, וועלכע וועלן פלאצירן די צענדליגע געסט אין פאסיגע אכסניות.


דורכאויס דעם רבינ'ס ביקור חיזוק אין ניו יורק, וועט דער רבי אויך אפשטאטן א באזוך ביים שטח הבני' פונעם בנין ביהמ"ד הגדול דחסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק, ווי די בוי ארבעט זעצט פאר אין פולן אימפעט, און מען גרייט זיך אין די קומענדיגע וואכן צו אינסטאלירן די אייזערנע זוילן פאר די דאך פון די געביידע. באזונדער וועט דער רבי באזוכן אין די מתיבתא אין בארא פארק און אויפטרעטן מיט דברי הדרכה פאר די תלמידי הישיבה.


bottom of page