ממצרים ועד הנה: האד' מקארלין סטאלין אנגעקומען בשלו' אהיים נאך לאנג פארצויגענעם נסיעה דורך עגיפטן
- Bechatzros admin
- 36false13 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 55false36 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
זונטאג פ' שלח • י''ט סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א איז היינטיגן זונטאג אנגעקומען בשלו' אהיים קיין ארץ ישראל נאכ'ן זיין געשטראנדעט אויף שב"ק אין קפריסין צוליב די בוזשעווענדע מלחמה אין ארץ ישראל.
ווי שוין באריכטעט איז כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א געווען צווישן די פילע אידן וואס זענען געווען געשטראנדעט זייענדיג אונטערוועגנס אהיים קיין ארץ ישראל פארלאפענעם סוף וואך ווען עס האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן מדינת ישראל מיט איראן, דער רבי שליט"א וועלכער איז געווען אויף א קורצע נסיעה אין מאלינוב אוקריינע לרגל די יארצייט פון הרה"ק בעל בית אהרן מקארלין זי"ע, האט געדארפט לויט'ן פּלאן ארויספארן דאנערשטאג ביינאכט פונעם ווארשא לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, זייענדיג שוין אין די לופטן האט אויסגעבראכן די מלחמה מיט איראן, און צוליב דעם איז דעם רבי'נס פליגער פארקירעוועט געווארן צום קפריסין אינזל וואו דער פליגער האט געלאנדעט אינעם ארטיגן לארנאקא לופטפעלד, און ווי באריכטעט האט דער רבי אינאיינעם מיט די קינדער משפחת המלוכה זיך דארטן אויפגעהאלטן אויף שב"ק, וואו ער האט געהאט די אכסניא אין די ווילא פון הנגיד המפורסם ר' לב לבייב הי"ו.
טראץ דעם וואס עס איז נאך אלס זייער שווער אריינצוקומען קיין ארץ ישראל האט אבער דער רבי שליט"א אויסגעדריקט רצון קדשו אז ער וויל אומבאדינגט ווי שנעלער זיך אומקערן אהיים צו זיין מיט עדת צאן מרעיתו אין אזא שווערע צייט, און נאך שווערע אנשטרעגונגען פון די עסקנים האט דער רבי שליט"א היינט זונטאג אינדערפרי פארלאזט דעם קפריסין אינזל אין א פּריוואטן פליגער אינאיינעם מיט די בני המשפחה אויפ'ן וועג צום שטאט שארם-על-שייך וואס געפינט זיך אין עגיפטן ביים דרום ווינקל פונעם סיני האלב-אינזל, פון דארט איז דער רבי געפארן מיט א קאר דעם לאנגן וועג ביז צום גרעניץ שטאט טאבא וואס געפינט זיך נישט ווייט פון אילת, ווען עס באגלייטן אים א שיירה פון עגיפּטישע זיכערהייטס אפיצירן, און פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען דעם וועג אריין קיין ארץ ישראל וואו ער איז אין א מזל'דיגע שעה אנגעקומען אהיים לביתו נאוה קודש אין גבעת זאב נאך א לענגערע און אפּמוטשענדע נסיעה פון לאנגע שעות.
אין די זעלבע צייט זענען נאך פילע קארלינער חסידים וועלכע זענען מיטגעפארן מיט'ן רבי'ן קיין אוקריינע נאך אלץ געשטראנדעט אין קפריסין, ווי אויך אין איטאליע און אין נאך ארומיגע לענדער, און לויט'ן פּלאן וועלן א גרופּע חסידים אראנזשירן א רייזע דורכ'ן ים אויף א גרויסן שיף צו קענען ווי שנעלער אהיימפארן צוריק ארץ ישראל.