הרחיבי מקום אהלך: נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד
- sfbechatzros
- לפני שעה
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' חי שרה • י"ט חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין האוועל ניו דזשערזי נעבן לעיקוואד איז אין די יעצטיגער וואכן געגרינדעט געווארן א נייע קהילה דחסידי קארלין סטאלין, אלס אן אפצווייג פון די קהילה הקדושה קארלין סטאלין אינעם דערנעבנדיגער עיר התורה לעיקוואד. נאך וואס עטליכע און צוואנציג היימישע משפחות האבן זיך ארויסגעצויגן קיין האוועל, בברכת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א, וועלכער האט זיך נאכגעפרעגט אויף אלע דעטאלן און אנגעוויזן א רייע מיט הדרכות און הוראות פאר'ן נייעם מקום מושב אז עס זאל טאקע פאסן פאר די חשובע יונגעלייט אין אלע הינזיכטן, איז געגרינדעט געווארן דעם ביהמ"ד דחסידי קארלין סטאלין וואו די חסידים וועלן זיך האלטן צוזאמען אין אן אייגענעם חסידישע ווינקל אויפן קארלינער נוסח יעדן שבת בקביעות.
פארגאנגענעם שבת האבן די חסידים תושבי המקום אינאיינעם מיט זייערע געסט פון בארא פארק און לעיקוואד אפגעראכטן דעם ערשטן שבת אינעם נייעם ביהמ"ד, וואו מען האט זיך דערהויבן ביי די פייערדיגע תפילות בנוסח קארלין, און אינאיינעם פארברענגט בשבח אחים, ביים באטע פרייטאג צונאכטס און ביי שלש סעודות.
לרגל די התייסדות הקהילה איז אפגעהאלטן געווארן א זיץ אין שטוב פון איינע פון די תושבים אינעם יישוב, אין שפיץ פונעם רבינס זוהן הרה"צ רבי שמעון שלמה שוחט שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון די קהילה אין לעיקוואד והגלילות, וועלכער האט איבערגעגעבן די ברכת הקודש וואס מר אביו האדמו"ר מקארלין סטאלין האט געשיקט צום התכנסות, לרגל דעם פריידיגן מאמענט און הרחבת גבולי הקדושה.



