top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברינה יגילו: שמחת נישואין פון החתן בן האד' מאמשינאוו בית שמש עב"ג הכלה נכדת האד' מאמשינוב

  • לפני 3 שעות
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

מאסן חסידי אמשינוב און א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם שמחת הנישואין בחצרות בית אמשינוב, די כלה אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ רבי עקיבא קליין שליט"א מווארשעהלי, מיטן חתן א זון פון שאר בשרו כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי אהרן מענדלזאהן שליט"א, איידעם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א. די גרויסע שמחה איז פארגעקומען אינעם "אחוזת פרידמאן" זאל אין שטאט אשדוד.


קורצליך נאכן זמן רבינו תם איז דער געהויבענער זיידע דער אמשינובער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד הקבלת פנים. דערויף איז ערשינען דער עלטער-זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, וועמען דער אמשינובער רבי האט אויפגענומען ביותרת הכבוד און זיך ווארעם געוואונטשן מזל טוב. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן א לענגערע ברכה פאר הבחור זרח לעמבערגער זון פונעם מאקאווא רב, לרגל זיין יום הולדת וואס איז אויסגעפאלן בו ביום. 


איידערן ארויסגיין צום חופה האט דער אמשינובער רבי, ווי זיין שטייגער, מסביר געווען פארן חתן אלע עניני חופה וקידושין לפרטי פרטים.


ביים מעמד החופה איז געווען א מחזה הוד ווי דער מאקאווא רב איז געשטאנען מיט א ביטול און זיך צוגעקוקט צום עבודת הקודש פונעם אמשינובער רבי'ן, און נישט אראפגענומען קיין אויג במשך די גאנצע חופה.


כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט מסדר געווען חופה וקידושין בקול חוצב להבות אש, זייענדיג יוצא מגדרו לכבודו פונעם חתן מגזע קודש בית אמשינאוו. מיט קריאת הכתובה איז מכובד געווארן הגאון רבי ישראל יהודה אהרונסון שליט"א. די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן די מחותנים און קרובי המשפחה: דער פעטער כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון אמעריקא, דער זיידע הגה"צ רבי אהרן מענדלזאהן שליט"א, דער פעטער הגאון רבי אברהם זוננבאנד שליט"א נכד הרה"ק מאמשינוב זי"ע, און האחים קליין פעטערס מצד הכלה. מיט ברכה אחריתא איז מכובד געווארן דער עלטער-זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א.


נאך דער חופה האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פארן חתן און פארן מאקאווא רב, און כמנהגו באגלייט דעם חתן צום יחוד שטיבל. דער רבי שליט"א האט אויסגעווארט ביז נאכן זמן היחוד, און אינצווישן געזאגט תורה פאר די עדים. דערנאך איז דער רבי אריין אין א חדר מיוחד אינעם זאל און זיך פארשפארט פאר א שעה צייט, אפרעכטנדיג זיין עבודה בינו לבין קונו.


אין די זעלבע צייט זענען פילע אידן דורך וואונטשן מזל טוב ביים זיידן דער מאקאווא רב. נאכדעם איז דער רב שליט"א אריין אינעם זאל און מיט זיין ענוות חן זיך געזעצט אויפן עק אויבן-אן און זיך געוואשן צום סעודה, דער רב שליט"א האט מיטגעהאלטן די סעודת החתונה ביז א קורצע וויילע נאך וואס דער אמשינובער רבי איז אריינגעקומען צו די סעודה און דאן פארלאזט די שמחה. 


דער מחותן  כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א האט אינצווישן אפגענומען מזל טוב פונעם ציבור און פארטיילט לחיים. צו די באשטימטער צייט האט מען ענטפאנגען דעם געהויבענעם זיידן דעם אמשינובער רבי'ן שליט"א וועלכער האט זיך געוואשן צום סעודת מצוה, און בשעתן אויפגעבן די מאכלים האט דער רבי געזאגט תורה פארן חתן. אלע קינדער און אייניקלעך פונעם רבי'ן זענען דורכגעגאנגען וואונטשן מזל טוב. 


דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזען די פעטערס האדמורי"ם מסאכאטשוב און גארליץ שליט"א, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, און הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א אב"ד וויזניץ בראכפעלד.


פארן בענטשן האט מען זיך אויפגעשטעלט צו א ריקוד אויפן בימת הכבוד. דער רבי איז געטאנצן מיטן חתן א באזונדערע ריקוד מיט חתנו הרב עקיבא קליין שליט"א, א געהויבענער טאנץ מיטן מחותן ש"ב כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, און דערנאך א טאנץ אינאיינעם מיטן פעטער כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א פון אמעריקא. דערנאך האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט און מען האט געזינגען די זמירות כנהוג אין אמשינוב.


נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט מען אנגעהויבן די ריקודין לכבוד שמחת חתן וכלה, וואו די אמשינובער רבי'ס פון אמעריקא און בית שמש האבן אפגעראכטן פרייליכע טענץ אין צענטער פונעם זאל מיט גרויס שמחה פאר נאנט צו גאנצע צוויי שעה. אין די זעלבע צייט האט דער אמשינובער רבי אנגעהויבן די געהויבענע עבודה פון ברכת המזון, זייענדיג א געלעגנהייט פארן ציבור מיטצוהאלטן די עבודה נשגבה.


עס איז שוין געווען נאך צוויי אזייגער ביינאכט ווען בדחנא דמלכא ר' יואל פאלאק האט אויסגערופן צום מצוה טאנץ דעם זיידן הגה"צ רבי אהרן מענדלזאהן שליט"א, און דערנאך אויסגערופן דעם גרויסן זיידן דער אמשינובער רבי שליט"א מיט הארציגע חרוזים בעטנדיג דער רבי זאל מעורר רחמים זיין לישועתן של ישראל בכלל ובפרט.


דערנאך איז דער רבי אראפ אין צענטער זאל און אפגעראכטן ריקודין קדישין לפני הכלה, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן און מיט אלע קינדער און אייניקלעך זרע ברך ה'. נאכדעם איז דער רבי ארויף אויפן בימה און מיטגעהאלטן די אנדערע טענץ פון די קרובי המשפחה, כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א פון אמעריקא, דער מחותן כ"ק אדמו"ר מאמשינוב בית שמש שליט"א, און די אנדערע קרובים און מחותנים. ביים ענדע פון די חתונה נאך די מצוה טאנץ פון חתן לפני הכלה איז דער רבי ווידער אראפ און זיך מצרף געווען צו די ריקודין.


עס איז דאן געווען א געלעגנהייט פארן ציבור דורכצוגיין אל מול פני הקודש פאר א לאנגע צייט, און יעדער איז אויפגענומען געווארן בסבר פנים יפות ובמאור פנים. דערנאך איז דער רבי צוריק על מקומו און ממשיך געווען די עבודה פון ברכת המזון ביז ארום האלב זעקס פארטאגס, ווען דער רבי איז צוריקגעפארן למעון קדשו אין בית וגן.




bottom of page