top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מאמשינוב פוקד געווען ציון הק' פון זקינו הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן בית החיים העתיק אין טבריה

  • לפני 11 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN

דעם מאנטאג באשמורת הבוקר איז כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א ארויסגעפארן קיין עיר הקודש טבריה פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם עלטער זיידן הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע אויפן איר אלטן בית החיים אין טבריה, לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן נעכטן זונטאג י"ט מנחם אב.


אום 5:00 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין בית וגן ירושלים, נאך די לאנג-פארצויגענע עבודה פון שבת קודש.


נאך א יובל שנים וואס דער רבי פלעגט אויף זיין אייגנארטיגן שטייגער מיטפארן אויפן באס צוזאמען מיט די חסידים, האט דער רבי היי-יאר צום ערשטן מאל נעתר געווארן צו די הפצרות פון די מקורבים און ארויסגעפארן מיט א פריוואטן אויטא צו לייכטער מאכן דעם לאנגן טלטול הדרך, גלייכצייטיג זענען ארויסגעפארן איבערגעפילטע באסעס מיט הונדערטער חסידים פון אלע שטעט אין ארץ ישראל.


אונטערוועגנס האט דער רבי אפגעראכטן די געהויבענע עבודה פון קריאת שמע וואס האט זיך פארצויגן כמעט די גאנצע וועג ביזן אנקומען קיין טבריה אום 6:30 אינדערפרי. 


אויפן בית החיים האבן די עסקני הקהילה צוגעשטעלט אלע נויטיגע באקוועמליקייטן לרווחת הציבור. עס איז אויפגעשטעלט געווארן א שאטער מיט עיר-קאנדישנס צו באשיצן פון די שווערע היצן, באזונדער איז דאס יאר געווען אין דינסט די נייע היימישע האטעל הארט נעבן בית החיים, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן א ביהמ"ד פאר מניני תפילה, א מקווה טהרה, א ברייטע הכנסת אורחים מיט א סעודה כיד המלך און קאלטע משקאות, און א ספעציעלע מתחם פאר כהנים.


נאך א קורצע אפרוה אין א ספעציעלע חדר מיוחד וואס איז אנגעגרייט געווארן פארן רבי'ן אינעם הכנסת אורחים, האט דער רבי צוגעשפאנט צום בית החיים, געזאגט די ברכה כנהוג, און צוגעגאנגען צום ציון הקדוש. דער רבי האט געצינדן ליכט, מעיין געווען אינעם נוסח המצבה, און אנגעהויבן זיין פייערדיגע עבודה פון אמירת תהילים בקול חוצב להבות אש וואס האט אפגעקלונגען אינעם גאנצן ארום פאר ארום צוויי א האלב שעה מיט א געוואלדיגן התעוררות. ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט קדיש און מתפלל געווען א תפילה חרישית ביים ציון.


דערנאך האבן די חסידים געהאט די זכיה אדורכגיין מיט הזכרות אל מול פני הקודש, זייענדיג דאס איינציגסטן מאל אין יאר וואס דער גאנצע ציבור האט די געלעגנהייט זיך מזכיר צו זיין ביים רבי'ן, אין דעם געהויבענעם זמן ביומא דהילולא און שטייענדיג שוין הארט פאר די ימי הרחמים והרצון. 


צוליב דעם גרויסן ציבור האט מען אויסגערופן אז יעדער זאל בלויז זיך אליין מזכיר זיין, און נישט מזכיר זיין אנדערע נעמען. יעדער איז דורך איינציגווייז ווען דער רבי הערט אויס יעדע הזכרה במתינות מיט אן ערנסטקייט. ביים ענדע האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן א ספעציעל קוויטל פון די כהנים וואס זענען געשטאנען ביים אריינגאנג צום בית החיים.


נאך איבער א שעה איז דער רבי צוגעגאנגען צו די ציונים הק' פון הרה"ק רבי בונים מאטוואצק זי"ע, הרה"ק רבי מענדעלע מוויטעפסק זי"ע, און הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא זי"ע וואו דער רבי האט מתפלל געווען ביי יעדן ציון באזונדער פאר לענגערע מינוטן בדביקות, ביים פארלאזן פונעם בית החיים האט דער רבי געזעגנט דעם ציבור און אום 11:30 פארמיטאג זיך ארויסגעלאזט צוריק למעון קדשו אין בית וגן.



bottom of page