top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחת חתן אין ישיב"ג בעלזא אין אשדוד לרגל שידוך שליסן פון החתן זון פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

זונטאג פ' נח • ל' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

דעם ליל שישי העעל"ט איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו יחידו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די בעלזער ישיבה גדולה ישמח לב אין אשדוד וואו עס איז פארגעקומען די שמחת חתן, לרגל די שמחת קשרי החיתון פון בנו החתן אלעזר יחזקאל שרגא ני"ו מפארי גידולי הישיבה.


במשך די מעמד האט מען געזונגען פילע ניגוני הודאה ברון שיר ושבח אויף די גרויסע שמחה, די ראש הישיבה הרה"ג רבי שלמה לעווינגער שליט"א האט אויפגענומען דעם חשובן גאסט מיט פאסיגע דברי ברכה, און דערנאך האט הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א משמיע געווען לענגערע דברי תורה וברכה ארומרעדנדיג בשבח הישיבה און די טייערע בחורי חמד, און ספעצעיל מעורר געווען די בחורים איבער מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום און לערנען חומש רש"י בעיון, נאך וואס די ראש הישיבה האט פריער אין זיין דרשה פארבעטן הרב אהרן מרדכי צו מחזק זיין די צוויי ענינים הצריכים תיקון.


נאכן מסיבת לחיים האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין ומחולות לכבוד די שמחה הרוממה ווי הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א האט מיטגעהאלטן די ריקודין א לענגערע וויילע, און באזונדער געטאנצן מיטן חתן און מיט די צוות הישיבה. צום לעצט זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער וואונטשן מזל טוב.


נאכן מעמד איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט''א ארומגעגאגנען אין די דארמארטי, חדר אוכל און אין די קאמערציאנאלע קאך וואו עס ווערט אנגעגרייט די מאלצייטן פאר עטליכע בעלזער ישיבות, וואו רבי אהרן מרדכי האט איבערגעלאזט ברכות לרוב פאר די ארבייטער אין קאך.



תגובות


bottom of page