פרישע צוויי פרעכטיגע סאטמארער בתי מדרשים אין בית שמש און מאנטריאל באקרוינט מיט גאלדענעם נאמען "שפע יואל"
דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גליקליכער פרייד און התרגשות האט אפגעקלינגען די היסטארישע בשורה מרנינה צווישן אלפי תלמידי וחסידי סאטמאר איבער די גאנצע וועלט, ווען במעמד כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בעל קול יהודה איז נגמר געווארן בכי טוב דער היסטארישער "דאפלטער מקח" אדיר ונשגב אויף צוויי בניני 'שפע יואל' למען עתיד קיומם פון צוויי קהלות קדושות דחסידי סאטמאר אין ארץ ישראל און אין קאנאדע.
דאס קומט נאך וואס דער בארימטער שר הצדקות הנגיד הרב יואל לאנדא שליט"א בעל מחבר ספרי שפע יואל, האט מיט אן אסטראנאמישער נדבת הלב און ברייטהארציגקייט זוכה געווען אפצוקויפן דעם כתר שם טוב להנצחת שמו הטהור פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע סיי פארן בית המדרש הגדול סאטמאר אין די שטאט בית שמש, און סיי פארן נייעם פרעכטיגן בנין בית המדרש אין די ווען-הארען געגנט אין מאנטריאל.
שוין יארן לאנג וואס די רחבות'דיגע און בליענדע קהלה אין בית שמש, וואס איז חונה עלי דגלה פון העדה החרדית אפגעשיידט פון גזירות המדינה און די ציוניסטישע שטעלעס, האט זיך געוואלגערט אין ענגע געדונגענע לעכעלעך אן די מינימאלע צורעכטונגען וואס פעלן זיך אויס פאר א קהלה פון אזא פארמאט. מיט אנדערטהאלבן יאר צוריק האבן די עסקנים הנמרצים זיך אריינגעווארפן בלב ונפש און אנגעהויבן די פולשטענדיגע קאנסטרוקציע פונעם בנין בית המדרש הגדול אינעם צענטראלען "קנה בושם" געגנט, מיט פלענער אויף א פראכטפולן היכל הגדול, עטליכע חדרי התורה והתפלה אלס מנינים צענטער, אן אוצר הספרים, א מקוה מפוארה, א בית הוראה, און אלעס וואס א קהלה קדושה בישראל דארף צו האבן.
ווען די חברי הועד זענען געקומען קיין אמעריקע, קלעטערנדיג פון נדיב צו נדיב, צו פרובירן שאפן גרעסערע געלטער, זענען זיי איבערראשט געווארן ביים טרעפן אן אוזן קשבת ביים ״ראש הנדיבים״, הנגיד רבי יואל לאנדא שליט"א וועלכע האט בעין יפה וברוח נדיבה, פארשפראכן בנדבת לבו הטוב, אפצוקויפן דעם "שם הבנין“ פונעם בית המדרש הגדול, ויקרא שמו ״שפע יואל״ דקהל יטב לב דסאטמאר - בית שמש.
גלייכצייטיג אין מאנטריאל, קאנאדע, וואקסט און בליהט די גבולי הקדושה פון די קהלה קדושה אין די ווען-הארען געגנט, וואו פילע עטליכע צענדליגער יונגעלייט תושבי העיר האבן איינגעקויפט דירות ווייטער פונעם צענטראלען בית המדרש הגדול סאטמאר אין שטאט.
זעענדיג דעם גרויסן נויט, האבן די עסקנים מיט מסירות נפש אנגעהויבן בויען דעם נייעם בנין בית המדרש "ויואל משה" – א פרעכטיגער בנין וואס ענטהאלט העכער 200 קביעות'דיגע זיצן, חדרי התורה והתפלה, א בית הוראה פאר מורי הוראה, און א רחבות'דיגע עזרת נשים.
אבער בעת די בוי-ארבעט האט זיך אנגערוקט צום ענדע, האבן זיך די עסקנים געפונען ביים סאמע שווערסטן מאמענט פון גמר הבנין צו דעקן די ריזיגע חובות, און ווידערמאל איז דער נגיד רבי יואל לאנדא אריינגעשפרינגען און אפגעקויפט דעם זכות שם הבנין פונעם בית גדול וקדוש, וואס האלט שוין אצינד אין די סאמע לעצטע פאזעס צו קענען ווערן פארענדיגט אין די נאנטע וואכן, וואו דער בנין וועט באקרוינט ווערן מיט׳ן גאלדענעם כתר שם טוב העולה על גבי׳, ויקרא שמו לדורות עולם ״בנין שפע יואל״.
דער היסטארישער קנין כביר איז נגמר געווארן ביי א זעלטענער ערהאבענער מסיבה רוממה, דעם פארלאפענעם מאנטאג וישלח, במעונו פונעם נדיב, אין זיין ספרים-צימער, וואו ס׳האבן אראפגעשיינט די כותלי הבית מיט די בניני ״שפע יואל״ בכל מקומות מושבותיהם לשם ולתפארת.
בעידן חדוותא בבית המלכות, בעת שמחתו פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א בשמחת נישואי נכדתו בת בנו יקירו הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, ווען דער נדיב האט זוכה געווען אפצורעכטן א פרעכטיגער ״מסיבת שבע ברכות״ פאר די טייערע יתומים׳לעך פון די קהילה, איז געווען א בחינה פון ״לעטר פתורא ברזא יקירא״ צו גומר זיין דעם דאפלטן קנין לשם ולתפארת.
ביים מעמד, וואו עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה״צ אבד״ק סאטמאר ירושלים שליט״א אשר מצודתו פרוסה אויף די קהלה אין בית שמש און הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א, האט דער נדיב אונטערגעשריבן דעם שטר קנין זכות אפצוקויפן דעם שם הבנין אין בית שמש פאר אן אסטראנאמישן סכום פון ״דריי מיליאן דאלער״ עובר לסוחר, און באלד דערנאך האט ער אונטערגעשריבן דעם צווייטן שטר קנין זכות אויף די צוויי מיליאן דאלערדיגע בנין האדיר אין מאנטריאל פארזיגלענדיג דערמיט דעם גאלדענעם עתיד פון די הייליגער קהלה.
צו דעם היסטארישן מאמענט זענען געקומען צו פארן די ראשי ופארי הקהלה פון מאנטריאל און אברכים היקרים העסקנים הנמרצים המוסרים את נפשם למען עתיד הקהלה הקדושה, ועל צבאם איז געקומען צו פארן דער דיין הביהמ"ד הרה״ג רבי יוסף שטראססער שליט״א, וועלכער האט מיט טייערע הארציגע דיבורים זיך באדאנקט בשם כל הקהל הקודש אין מאנטריאל.
וגיל יגיל צדיק, האט דער רבי ארויסגעהויבן דעם נדיב הדגול על פעלו הגדול והטוב, זאגנדיג דערביי אז ״ס׳גייט נישט אריבער קיין גאנצע פאר טאג וואס מ׳הערט נישט קיין פרישע נדבות ב״ה פאר די קהלות ומוסדות וספרי הרה"ק מסאטמאר זי״ע, מצוה גוררת מצוה״.
מברכת צדיק יבורך, ווען דער רבי שליט"א האט באופן יוצא מן הכלל פערזענליך אפגעשריבן בכתי״ק א גאר הערליכן מכתב קודש מלא שבח ותהלה פאר דעם חשוב׳ן נדיב, און דאס איינגעקריצט אינעם נייעם ספר ״שפע יואל״, וואס דער נדיב האט זוכה געווען להוציא לאור תעלומה, אן אומבאשרייבליכער אוצר אדיר ונשגב במשנתו ותורתו של הרה"ק מסאטמאר זי״ע, וואו דער רבי שליט״א דרוקט זיך אויס מיט זעלטענע שבחים על פעליו הנאמנים, וצדקתו עומדת לעד!






































תגובות