היא הודה היא זיווה: האד' מסאדיגורא באזוכט אין שטאט לעיקוואד
דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פארלאפענעם וואך בעת כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א איז געווען צוגאסט אין אמעריקא האבן תושבי לעיקוואד מקבל געווען פני הקודש אויף א קורצע באזוך בבואו לחון את פני העיר.
מיטוואך נאכמיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין לעיקוואד און געדאוונט מנחה אין די סאדיגורא קלויז אין שטאט, נאך מנחה זענען די חסידים וחברי הקהילה דורכגעגאנגען ביים רבי'ן שליט"א שלום נעמען.
נאכדעם איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה, און שפעטער נאך מעריב איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום שטוב פון הנגיד הר"ר אברהם ווערנער הי"ו, וואו עס איז אפגעהאלטן געווארן א מסיבה לטובת מוסדות סאדיגורא אין ארץ ישראל. הרב יעקב אדלער הי"ו, דער מנהל המוסדות אין אמעריקא האט באגריסט די חשוב'ע נאספים, און דערנאך האט מען געהערט א דרשה פון איינער פון די רבני העיר, און דער רבי שליט"א האט משמיע געווען אמרי קודש, נאכגעפאלגט מיט ריקודין של שמחה.
נאך די מסיבה זענען אריין בקודש פנימה אין א זייטיגע שטוב די חשוב'ע נגידים און תומכי המוסדות איבערצוגעבן זייערע ברייטהארציגע התחייבויות, און דער רבי שליט"א האט זיי אנגעוואונטשן מברכות קדשו און איבערגעגעבן א שיינע מתנה ברוב הוקרה והערכה.
דאנערשטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א געהויבענעם ביקור כבוד במעון תורתו פון הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א, ראש ישיבת בית מדרש גבוה. עס האט זיך אנטוויקלט א ווארעמער שמועס איבער זיין גרויסן זיידן, מרן הגאון רבי אהרן קאטלער זצוק"ל, און דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, און ארויסבאגלייט ביותרת הכבוד.
פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא אוקענדוויין שליט"א, וואו מען האט ארומגעשמועסט בדברי תורה וחסידות, און בפרט איבער דעם יארצייט פונעם הייליגן רבי אהרן מטשערנאביל זי"ע. דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן שליט"א מיט לחיים, און ביים ארויסגיין האט ער ארומגעוויזן דעם רבי'ן אינעם נייעם פראכטפולן בית המדרש.
שפעטער אין טאג האט דער רבי שליט"א באשיינט א מעמד הכנסת ספר תורה במעונו פון הנגיד הר"ר שלמה שפירא הי"ו. נאכן אריינשרייבן די לעצטע אותיות האט דער רבי געפראוועט די ריקודין און פארגעזאגט "אתה הראת" כנהוג.
שפעטער נאך די זמני כניסה האט דער רבי שליט"א זיך צוריקגעקערט צו באשיינען די סעודת המצוה לגמרה של תורה. דער רבי שליט"א האט געפראוועט א שולחן לחיים, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה אינאיינעם מיטן ציבור, און בפרטות מיטן פאטער פונעם נדבן, הרבני הנגיד ר' אלימלך שרגא שפירא הי"ו ראה"ק סאדיגורא, און זיין זון דער בעל שמחה הר"ר שלמה שפירא הי"ו.































תגובות