top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חתן וועלכער איז ארויס לחירות געציילטע טעג בעפאר זיין חתונה אויפגענומען מיט גרויס כבוד בבתי גדולי ישראל

לפני 20 דקות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת וישלח • ט"ז כסלו תשפ"ז | בחצרות הקודש

נאכ'ן אריבערגיין שווערע טעג אין די מיליטערישע טורמע, בלויז צען טעג פאר זיין חתונה, איז דער באפרייטער חתן נתן בוקסנבוים די וואך אנגעקומען קיין ירושלים, וואו ער איז אויפגענומען געווארן דורך די זקני וצדיקי ירושלים, וועלכע האבן אים שטארק מחזק געווען איבער זיין לאגע, און אים געוואונטשן לקראת יום חתונתו.


דער חתן איז ארעסטירט געווארן דאנערשטאג פרשת ויצא אינמיטן דער נאכט, ווען די ציוניסטישע כאפערס זענען אנגעקומען צו זיין שטוב אין ראשון לציון און אים אררעסטירט אין תפיסה. ער איז פאראורטיילט געווארן צו צוואנציג טעג תפיסה, וואס האט אויך אריינגענומען דעם טאג פון זיין חתונה, וואס איז באשטימט אויף דעם קומענדיגן זונטאג פרשת וישב.


נאך די איבערמידליכע השתדלות דורך די עסקנים פון קרן ויואל משה און הצלה לאחים, אינאיינעם מיט'ן חרדישן לויער ר' פיני קעסטענבוים, איז ער ב"ה באפרייט געווארן פון תפיסה, נאכדעם וואס עס זענען אפגעהאלטן געווארן שטורמישע מחאות איבער גאנץ ארץ ישראל.


נאכן באפרייט ווערן האט דער חתן באזוכט ביים פאר הדור הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ביים ראש הישיבה הגאון הגדול ר' יהושע דוד טורטשין שליט"א און ביי הגה"צ ר' משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב, זיך צו וואונטשן און מקבל זיין מיטב ברכותיהם לקראת זיין חתונה די קומענדיגע וואך, דערצו האבן זיי מחזק געווען די גיבור החיל וועלכע האט זיך נישט געבראכן פון די שווערע פייניגונגען און די טורמע־אומשטענדן, און ארומגערעט איבער די געוואלדיגע זכי' צו זיצן אין תפיסה למען כבוד שמים. באזונדער האבן די גדולי ישראל אנגעוואונטשן די עסקנים וואס שטייען אין שפיץ פון כלל ישראל'ס הצלה-ארגאניזאציע פון די ביטערע גזירת הגיוס "קרן ויואל משה – הצלה מגיוס".


דערצו האט דער חתן ערהאלטן א ספעציעלע שטיצע פון טויזנט שקל פאר יעדן טאג וואס ער איז געזעצן אין תפיסה אלס טייל פון די נייע כלא 1000 פראגראם.



תגובות


bottom of page