מחזה הוד אין קרית בעלזא: כוללות קוויטל פאר קרוב צו 5,000 תלמידי ישיבות גדולות צום נייעם יאר
מאנטאג פ' האזינו • ד' תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א מחזה הוד האט זיך אפגעשטילט אין די טעג בעפאר יום טוב ראש השנה אין קרית בעלזא ירושלים, וואס איז צום דריטע וואך אין א ציה פארפלייצט געווארן מיט טויזנטער בחורי חמד פון די בעלזער ישיבות גדולות אין ארץ ישראל, וועלע האבן זיך צוזאמגענומען אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים אויף די יערליכע כוללות קוויטל, האבנדיג די זכיה זיך מזכיר צו זיין אויף א כתיבה וחתימה טובה, ביי כ''ק האדמו''ר מבעלזא שליט''א, דאס קומט נאך די מעמדי כוללות קוויטל פאר די טויזנטער תינוקת של בין רבן און באזונדער פאר די תלמידי הישיבות קטנות וואס זענען פארגעקומען דורכאויס די ימי חודש אלול.
צו די באשטימטער צייט איז דער רב שליט"א ערשינען צום מעמד וואס האט זיך אנגעהויבן מיט תפילת מעריב ברוב עם, נאך מעריב האט איינע פון די עלטערע בחורים איבערגעגעבן די כוללות קוויטל מיט די נעמען פון די קרוב צו פינף טויזנט בחורים בלי עין הרע, און מען האט געזינגען ווארעמע ניגונים פון די תפילות ימים הנוראים, בעת דער רב שליט''א האט געליינט דעם קוויטל.
דאן האט מען געהערט דברים חוצבים להבות אש מפום ממלל רברבן די רב שליט"א, דברי התעוררות כהכנה צו די הייליגע טעג, און מסיים געווען בברכות קדשו לרוב מיט א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע בחורי חמד, נאך די דברות קודש האט דער רב שליט"א פארטיילט האניג פאר אלע ראשי הישיבות, מנהלים און מגידי שיעור, לשנה טובה ומתוקה, און צום שלוס זענען אלע טויזנטער בחורים דורך כבני מרון, לברך ולהתברך בברכת השנים.













תגובות