top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בסימן טוב ובמזל טוב: שידוך געשלאסן פון החתן נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א

לפני 5 שעות
זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת בראשית - כ"ז תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

מיט גרויס פרייד האבן טויזנטער בעלזער חסידים נעכטן אויפגענומען די פרייליכע בשורה מרנינה איבער דער שידוך שליסן פון נאך א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. בשיר ושבח איז אריין בקשרי השידוכין בשעטו"מ דער חתן הרב אלעזר יחזקאל שרגא שליט"א, ממצויני תלמידי ישיבת ישמח לב בעלזא אין אשדוד, זון פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג רבי שלום גראס שליט"א דיין ומורה צדק אין קהל מחזיקי הדת בעלזא זון פון הגה"צ רבי ראובן גראס שליט"א ראש ישיבת המקובלים שער השמים און איידעם פון הגה"צ רבי שמאי גראס שליט"א חבר בד"ץ מחזיקי הדת בעלזא ומגדולי הפוסקים, בעל מחבר ספר שבט הקהתי.


די שמחת הווארט איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאווה קודש פונעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אנגעהויבן ביי אן ענגע מעמד לחיים מיט די משפחת המלוכה און קרובי המשפחה, אין שפיץ פון די געהויבענע זיידעס הרבנים שליט"א, ביי וועלכן מען האט כנהוג ארומגעשמועסט איבער די גזע היחס משני הצדדים, וואו מען האט דערמאנט די נעכטיגע הילולא קדישא פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע פון וועם די כלה איז אן אייניקל, און די הילולא קדישא פונעם מעשה רוקח זי"ע פון וועמען די צדיקים לבית בעלזא זענען אייניקלעך, און דער חתן טראגט זיין הייליגן נאמען.


דערנאך איז פארגעקומען די לעקאך און בראנפן אינעם בית תפילה וואו הונדערטער חסידים האבן זיך צונויפגעפרעסט מיטצוהאלטן די שמחה ביי וועלכן מ'האט געזונגען לעבעדיגע ניגונים און זיך געוואונטשן מזל טוב.


דער רב שליט"א האט געמאכט א ברכה אויף די לעקאך און בראנפן און געוואונטשן לחיים פארן חתן, מחותנים ולכל הקהל הקודש און דערנאך מפריש געווען צדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא און פארן גאליציאנער כולל חיבת ירושלים לצדקת רבי מאיר בעל הנס.


די שמחת האירוסין וועט געפראוועט ווערן דעם מוצאי שבת קודש בראשית במוצאי יום גילה ברוב פאר והדר אינאיינעם מיטן סעודת מלוה מלכה און סעודת ראש חודש חשון אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים במעמד אלפי החסידים.



תגובות


bottom of page