top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבעלזא וועט פראווען ספעציעלע "חול המועד טיש" אויסשליסליך מיט טויזנטער תלמידי ישיבות גדולות

לפני שעה (1)
זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך שבוע שחל בו סוכות • י''ב תשרי תשפ"ז | בחצרות הקודש

מיט גרויס עקסטאז האבן די טויזנטער בעלזער בחורים, תלמידי הישיבות הגדולות אויפגענומען די היסטארישע בשורה, אז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט דעם יום טוב סוכות זמן שמחתינו אפרעכטן אן ערשטמאליגער טיש ביומי דחול המועד אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבות הגדולות, וואס וועלן האבן די זעלטענע די זכי' מסיב צו זיין על שלחן המלך און מיטהאלטן דעם שלחן הטהור וואס דער רבי וועט פראווען אויסשליסליך מיט זיי.


דאס קומט נאך וואס די מנהלי הישיבות האבן שטארק מפציר געווען ביים רב שליט"א צו ווידמען איינע פון די סעודות המועד פאר די טייערע בחורי חמד, די תלמידים כבנים וואס זענען אזוי קרוב ללבו הטהור, אויף וואס דער רב שליט"א האט טאקע צוגעשטימט צו די הצעה לשמחת ליבם פון די בחורים.


די ספעציעלע טיש וועט פארקומען דינסטאג חול המועד אושפיזא דמשה, אין די נאכמיטאג שעות נאכן דאווענען, אינעם גרויסן סוכה שע"י ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. במשך די סעודה וועלן די בחורים זוכה זיין לשמוע את דבר ה', די דברי חיזוק והדרכה פונעם רב שליט"א, און פארברענגען אינאיינעם בשמחת המועד.


שפעטער ביינאכט וועט דער רב שליט"א פראווענען דעם געווענליכן טיש לכבוד די אושפיזא אינעם סוכה הגדולה, ווי א יעדע נאכט דורכאויס חול המועד.

תגובות


bottom of page