top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שמחה גוררות שמחה: פרייליכער שמחת תנאים בחצר הקודש בעלזא פארגעקומען מוצאי שבת בראשית

לפני 3 שעות
זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' נח • א' חשון תשפ"ז | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

בקול צהלה ורינה האבן זיך טויזנטער בעלזער חסידים מיטגעפריידט במוצאי יום גילה בשמחתו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל דעם קישור החיתון און מסיבת תנאים פון נכדו החתן וואס איז געשלאסן געווארן פאריגן מיטוואך העעל"ט בשעה טובה ומוצלחת, וחסידים ברינה יגולו בסימן טוב ובמזל טוב.

עס איז אריין לברית האירוסין החתן אלעזר יחזקאל שרגא נ"י זון פון הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א, איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שלום גראס שליט"א דומ"ץ בק"ק מחזיקי הדת בעלזא, זון פון הגה"צ ר' ראובן גראס שליט"א מראשי ישיבת שער השמים, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמאי קהת הכהן גראס שליט"א חבר ביד"ץ דקהל מחזיקי הדת בעלזא, די שמחה איז געפראוועט געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל אלפי חסידי בעלזא פון אומעטום.

בעפאר די שמחה איז געווען צוגעגרייט די סעודת מלווה מלכה פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, אינצווישן האבן זיך פילע חסידים פארנימען זייערע ערטער אינעם גרויסן שטוב און עוסק געווען בתורה אין די פרייע צייט.

דער גאנצער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגען געזאנג ווען דער בעל שמחה הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א איז ערשינען צו די שמחה אינאיינעם מיט בנו החתן און די אנדערע זיידעס. עס איז דאן געווען א געלעגנהייט דורכצוגיין וואונטשן מזל טוב פארן חתן און מחותנים. קורצליך בעפאר חצות הלילה האט מען ענטפאנגען דעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בשירה ובזמרה מיטן ניגון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", דער רב שליט"א האט זיך געוואשן צום מלווה מלכה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, בעת די קאפעליע איז מהנה מיט פרייליכע ניגונין און די זמירות מלווה מלכה.

אינצווישן האט מען מסדר געווען די זכרון דברים, די עדים זענען געווען הרה"ח רבי יעקב שיף שליט"א מחשובי העדה, און הגאון רבי פנחס פריעדמאן שליט"א ראש הכוללים דבעלא . מיטן ליינען דעם זכרון דברים איז מכובד געווארן די זיידע הגה"צ ר' שמאי קהת הכהן גראס שליט"א, באלד דערויף האט דער רב שליט"א געבראכן טעלער און געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן מחותנים און זיידעס, באזונדער האט דער רב שליט"א מפריש געווען סכומים הגונים לצדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא, פאר קופת אהבת חסד, און פאר די גאליציאנער כולל חבת ירושלים כנהוג בעין חדוותא.

דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, דער רב שליט"א איז געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן אליין, און באזונדער מיט פרי עץ חיים בנו יחידו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, דערנאך א רינג מיט אלע זיידעס און מחותנים, בעת די ציבור הייבט זיך מיט ריקודין אין די העכערע ספערן.

דער אויבן אן איז באשיינט געווארן דורך צענדליגע רבנים, דיינים וקרובי המשפחה, צווישן זיי האדמו"ר משאץ ירושלים, האדמו"ר מבערגסאז, די פעטער'ס הגה"צ ר' חיים דוד שובאקס שליט"א חבר ביד"ץ מחזיקי הדת בעלזא, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד, די קינדער פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און נאך.

מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רב שליט"א מכבד געווען בנו יחידו די בעל שמחה. עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען די ציבור האט זיך צושפרייט פון די הערליכע שמחה מיט געהויבענע געמיטער.

נאך די שמחה איז פארגעקומען א לעקאח און בראנפן בקודש פנימה אינאיינעם מיט די בני המשפחה פון ביידע צדדים וואו דער רב שליט"א האט ווידער געטרינקען לחיים און געשאנקן פארן חתן דעם זייגער אלס דרשה געשאנק כנהוג מקדמת דנא.



תגובות


bottom of page